חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4221
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך הייב אן מיט'ן הייליגן ריזשינער. וואס איז געווען די מעשה דארט? אין וויקיפידיע שטייט אין קורצן אז אין ספרינג פון יאר תקצ"ח האט מען ארעסטירט דעם רעבין ר' ישראל מריזשין צוליב א מסירה אז ער האט אנגעבליך געגיבן דעם גרינעם ליכט אפצוראמען פון וועג צוויי אידישע מוסרים וואס האבן מלשין געווען צו די בעהערדע אויף אידן פון זיין קהילה אז זיי שווינדלען און דרייען זיך ארויס פון צאלן שטייערן און אויף געוויסע וואס האבן מיט שטיקלעך אויסגעמיטן פון זיך שטעלן אין מיליטער, און וועמענ'ס נעמען זענען נישט פארשריבן אין די צענזוס (וואס איז לכאו' ווי איך פארשטיי געווען א טייל פונעם שטיקל)

ס'איז ביי מיר ברור אז דאס איז סתם א בלבול געווען - ווי אייביג ווען די גוים און די מידיא זוכט זיך ארויפצוכאפן אויף אונז. למעשה, האבן אים די אנטיסעמיטן געפונען שולדיג און איינגעזעצט פאר כמעט צוויי יאר! אין ת"ר, איז ער באיזה אופן אנטלאפן פון תפיסה מיט די הילף פון זיינע חסידים וואס האבן אונטערגעשמירט דעם טורמע אויפזעהער (וואס אגב איז דאס מסתמא א חלק פון דעם אויבן-דערמאנטן בלבול. דהיינו, אז חסידים האבן נישט קיין דרך ארץ פאר'ן געזעץ.) מ'האט אים אדורכגעשווערצט דעם רוסישן גרעניץ, (ס'דערמאנט מיר לב טהור) און נאך אסאך וואנדערן און וואגלענישן האט ער זיך אין תר"ב באזעצט אין "פוטוק" וואס אין סאדיגער, נעבן די שטאט טשערנאוויץ וואס אין בוקוווינע - יענע יארן א טייל פון דער עסטרייך-אונגארישע אימפעריע. דארט האט מיטאמאל דער רעבינ'ס מזל ווידעראויפגעשיינט און ער האט ממשיך געווען מיט זיין מלכות'דיגע חסידות. כי לא ראיתי צדיק נעזב.

וואס גענוי האט דארט פאסירט? ווער זענען געווען די מוסרים? וועמען האבן זיי געמסר'ט? זייערע אגענדע? וויאזוי האט מען זיי געהארגעט? ווער זענען די רוצחים געווען? וואס האבן די מתנגדים און משכילים פארציילט דאן? וואס האבן די חסידים דאן פארציילט פאר די וועלט? (און אין מקוה?) וואס פארציילן די חסידים היינט? וואס פארציילן היינט די ארכיוון?

א בילד פון די שוהל אין סאדיגער
בייגעלייגטע פיילס
Sadigura_kloiz.jpg
Sadigura_kloiz.jpg (112.45 KiB) געזען געווארן 4607 מאל
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר