"געדאנקן" אין ליכט פון שלום דינ'ס נייער בוך

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

"געדאנקן" אין ליכט פון שלום דינ'ס נייער בוך

שליחה דורך מאטי »

קוקענדיג אויפן קליפ ווי שלום דין פארציילט זיין לעבנס געשיכטע ווי ער זאגט צווישן אנדערע, אז ער האט באמת נישט געוואוסט וואס ער גייט אלס אדורכגיין בעת ער האט פארלאזט זיין אלטן וועג, און ווי ער רעדט זיך אפ אז זיינע אייגענע אינגלעך, -- וועמען ער קען אפילו נישט באזוכן -- רעדן/ליינען נישט קיין ענגליש, און באקומען נישט קיין שום סעקולארע עדיוקאציאן איז מיר בייגעפאלן די פאלגענדע געדאנקן.

זיין איבערלעבעניש איז א קווינט-עסאנטואלע דוגמה פון א אלטרא-רעליגיעז-חסידישע לעבנס שטייגער, ווי ער לייגט אזוי לעבהאפטיג אראפ אייניגע שטריכן פון זיין בוך ווי אזוי זיין שידוך איז צושטאנד געקומען. איך וואלט געזאגט אז די מאיאריטעט פון די טראגי-קאמישע עפיזאדן וואס ער דערציילט ביי זיין צערעמאניע (וואס איך בין משער זענען די הויעך-פונקטן פון זיין בוך, וואס כ'האב נאכנישט געליינט) זענען נישט פארהאן ביי א מערהייט פרומע אידן, און אפילו חרדי'שע אידן.

וויל איך פארשטיין, צו איז אפשר נישט דער עקסטרעם-פאנאטישע סביבה וואס לאזט נישט צו קיין שום אלטרנטיבה, גאר דער גורם דאס גענצליך פארלאזן דעם וועג, ווייל אויב נישט וועגן רוחניות'דיגע סיבות איז דאך פארהאן גשמיות'דיגע סיבות וואס וואלטן געפאדערט נישט אפצוהאקן מיט די קינדער משפחה חברים וכדומה, וואס נאר אויב מ'איז סטאק אין אזא אומאויסהאלטענדע סביבה וואס שיכון סקווירא שטעלט מיט זיך פאר, ווערט דאס שכל'דיג צו פארלאזן דעם וועג, אפילו מ'לאזט איבער באליבטע, והא ראיה, דאס זענען טאקע די עיקר טענות וואס שלום ברענגט ארויף, לכאורה ווי א באלאנס, ווען ער רעדט פון זיינע קינדער וואס ער האט פארלוירן. און ס'לאזט זיך טראכטן; וואלט דען נישט א מער מאדערן-געשטימטע געזעלשאפט וועלכע לאזט אירע מעמבערס טון "כמעט" אלעס וואס די סעקולארע וועלט שטעלט מיט זיך פאר יא געווען א שעלטער פאר אזא איינער וואס האט פארלוירן קאנפעדענס אין זיין געזעלשאפט, וואוסענדיג אז, ווי נישט ווי, איז נאך דא א צוקונפט פאר אים און זיין משפחה צו כמעט אלעס וואס זיין נפש שטרעבט פאר.

און יעצט צו שלום'ן דירעקט; אייערע קינדער אויף וועמען איר האט קיין שום שליטה איבער זייער צוקונפט זענען געבליבן, זיכער צו אייער גרויס ווייטאג, סאציאלע איגנארעמעסעס מיט די שווארצטע פארבן וואס שיכון סקווירא שטעלט מיט זיך פאר. וואלט איר נישט גע'עצה'ט פאר עימיצן וואס גייט אדורך אן ענדליכן מצב ווי אייערס, צו פרובירן אויב מעגליך מפשר זיין ערגעץ אינדערמיט און אזוי כאטשיג אפראטעווען די קינדער פון ניינציג פראצענט איבלען, הגם מ'גלייבט נישט אין די איבריגע צען?

באמת איז שווער צו זאגן לאחר המעשה אז מ'האט געדארפט טון אזוי אדער אזי, יעדער עפיזאד האט זיך אירע אייגענע דינאמיקס וואס איז נישט דומה צו א צווייטע, אמאל וויל דער צד שכנגד נישט נאכלאזן א משהו, ס'ווערט אריינגעצויגן אין נצחון.

אבער מיינע געדאנקן זענען, מיינעך, ווערד אן אויסליפטערונג אין ליכט וואס כמעט א יעדער אין די "או טי די געמיינדע" איז טיילווייז אדער גענצליך אפגעריסן פון זיינע טייערסטע און באליבסטע, וואס מוז שכל'דיג זיין א פאקטאר ווען מ'באשליסט אז מ'פארלאזט יא דעם וועג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר