קורצע וויצן איבער חסידישע הויפן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

קורצע וויצן איבער חסידישע הויפן

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

איך האב דא צוזאם געזאמעלט לפונדק אחד אומצאליגע וויצן איבער חסידישע הויפן. וויצן וואס נעסטיגן מיר אין קאפ שוין א וויילע , א חלק זענען סתם וויצן און א חלק פארמאגט אין זיך די געדאנקען גאנג השקפה/אידעאלאגיע פונעם ספעציפישן חסידות ,

איך האב פראבירט ככל שידי מגעת און ארויס גענומן א יעדע וויץ וואס שמעקט מיט ניבול פה אדער ליצנות אויף מנהיגי ישראל רעביס דיינים רבנים ,

= על כן טוה איך בעטן פאר איר שרייבט א תגובה טראכט צוויי מאל אויב עס אנטהאלט אין זיך ליצנות אדער ניבול פה אויף א מנהיג בישראל נישט קיין חילוק פון משה רבינו ביז רב יונגרייז פון וואדבורן צו פון רביה"ק הראשון ביז רביה"ק השני והאחרון טאמער יא ביטע שרייבט עס אין צימעס ,

נ"ב איך האב פראבירט צו גיין מיט א סדר. און דאס איז די ערשטע חלק וההמשך יבאו אי"ה ,

אומאן :

:D ראש השנה ווען מען שטייט פארן גרויסן משפט בבית דין של מעלה איז עס אזוי וואו ווען א מענטש ווערט געריפען אין קארט איז דא איטליכע וועגן וואו אזוי זיך ארויס צו דרייען פונעם פלאנטער אדער זאגט ער חטאתי עויתי פשעתי , ( חרטה על העבר. תשובה . וקבלה על העתיד )אדער נעמט ער א גוטע לויער , ( ער פארט צום רעבין )אדער שפילט ער נערווען קראנק , (ער פארט קיין אומאן ..)

:D פונעם גערער רעבי זאגט מען נאך אויף די גמרא אומן קונה בשבח כלי. אומן קויפט די שוואכע כלים ...

:D האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט צו געגליכן אומאן צו האם דיפאט. יעדער וואס פעלט אום א שרייפעל פארט אהין...

אלכסנדר :

:D צוליב די מחלוקת אין אלכסנדר האט בית דין געפסקנט אז דער ראש ישיבה מוז זיך צולייגן א נאמען אלטס היכר . מאנכע זאגן אז עס גייט זיין אלכסנדר מוקדון...

באבוב :

:D איך ווייס נישט פארוואס מען האט געדארפט א דין תורה נאך 9 גאנצע יאר ,עס שטייט שוין אין גמרא אז חולה מוסיפין לו שם...

:D יענקל מילער שמועסט אמאל מיט א אינגערמאן. אזוי אינמיטן פרעגט ער אום וואס ער איז , זאגט ער באבוב . וועלכע ?, וואס הייסט וועלכע , עס איז נאר דא איינס ! זאגט אום ר' יענקל איך בין אויך א באבובע .. וועלכע ? , אזוי שנעל האסטו פארגעסן אז עס איז נאר דא איינס ...??

:D ביי א ספארדישע חופה האט מען לעצטענס אויסגערופען כ"ק אדמו"ר מ"קוואטרא סינקא" איז מכובד מיט סידור קידושין...

:D עס קוקט אויס וואו באנדאס גראסערי איז געווען פארשפארט צוליב א דין תורה. ביים ריאפענינג האבן זיי שוין געהאט צוגעלייגט באנדאס 24...

:D היכי תימצא אז בחייו פון א מנהיג קען מען שוין זאגן דער "פריערדיגע" באבובער רב שליט"א האט געזאגט וכו. ..

:D אין באבוב 45 איז די גירסה חודש אלול דודי לי ואני לדודי... ( קרעדיט יין שרף )

בעלז :

:D אומבאשטעטיגטע באריכטן ווייסן אנצוגעבן אז בעלזער רעבעצין תלית"א איז שוין געווארן געלאדענט עולה צו זיין אויף צאנזער רב'ס ספר תורה ביי דזשופניק אינדערהיים...

:D איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז א "ווינקעל" (בעלז וועט זיין א ווינקל..) קען זיין אין "צענטער" פון די וועלט..

בריסק :

:D א בריסקר האט געבעטן זיין חבר ער זאל אום מוציא זיין מיט אשר יצר. ער האט א ספק אויב זיינס איז געווען כשיעור...

:D מען האט אמאל געטראפן א בריסקר משתין זיין אינעם שמות טראק. ער האט פריער געגעסן פירות שמיטה...(די בריסקע ארבייטען טאקע זייער שטארק ביי די יעצטיגע שערורייה פון שמות אינעם לענדפיעלד , אז מען זאל מקבר זיין אלעס סיי די שמות מיט די גארבודזש ...)

גור :

:D אינדערהיים ביי א באזוך פונעם וויזשניצער רעבי ביים גערער רעבין. ווען מען האט געברענגט פירות האט דער וויזניצער גע'טענ'עט אז דער גערער זאל עסן קודם זיך אנריפענדיג אז עס איז א בפירושע פסוק ואהבתם את ה'גר , האט זיך דער אמרי אמת אנגעריפן איך מיין עס שטייט ואהבתם את "האגער"...

:D א חסידישע חתן ברענגט מען אריין מיט שושבינין אום אינטער צוהאלטן ער זאל נישט אראפ פאלן נאכן זיין פארמאטערט פונעם פאסטן , א ליטווישע חתן כדי ער זאל נישט אראפ פאלן מחמת זקנה . א פרענק כדי ער זאל נישט לויפן צו די נשים. א גערער חתן כדי ער זאל נישט לויפן צו די זכ... (שוין. אריין אין מאחורי)

:D נו שטייט דאך שוין כל נבילה לגר...

:D מען האט געפרעגט אמאל א גערער פארוואס א אתרוג באטראכט ער און וועלט זיך פאר שעות אויף שעות צו האבן די שענסטע וואס עס איז נאר פארהאן . און א ווייב נעמט ער נאך 10 מינוט ?, שוטה די מיט מיין אתרוג גיי איך דאך ארויס אויפן גאס...

:D א געשעפטס מאן זעט ווי א גערער אינגערמאן שטייט ביי די שענקלעך און פראבירט איין גארטעל נאכן צווייטן. אפשר איז דא עפעס דינער ווי א שרוך נעל , נאך א פערציג מינוט פרעגט אום דער געשעפטס מאן וואס זיכסטו דארט אזוי שטארק ? , נע , גארנישט איך זיך א דינע גארטעל. ווייסט דאך אז ביי אינז איז מען נישט מקפיד וועלכע גארטעל מען טראגט...

:D זיצט זיך א גערער בחור אויפן אגד באס ביי איינע פון די סטאפס מערקט ער אן אז נעבן אום האט זיך אוועק געזעצט א מיידל א חילונית און צו אלעם גוטן איז זי נאך אן ערימה אויך , פארן אראפ גיין נעמט דער בחור אן עפעלע און לייגט עס אראפ נעבן איר. זי פרעגט אום גלייך מיט ווינדער מה פשט ? , זאגט ער איר אז ביז חוה האט נישט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי נישט געוויסט אז זי איז ערימה... א טאג דערויף האט זיך אפגעשפילט די זעלבע ספעקטאקעל פאר זי איז אראפ געגאנגן האט זי אראפ געלייגט אן עפל נעבן אום. ער הייבט גלייך אויף זיינע ברעמען מיט ווינדער , זאגט זי אום יא יא .. ביז אדם האט נישט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער נישט געוויסט אז זי איז ערימה...

דושינסקי :

:D ווען עס האט זיך געטון אין וויליאמסבורג די מוחאה צערעמאניעס איבער די גראבינגען דורך דושינסקי אין גאלעווענציץ. האט א גוטע איד געזאגט אזוי. עס איז דא מער סאטמערע וואס באדערט זיי די גראבונגען פון דושינסקי אין וויליאמסבורג ווי דושינסקי גראבט אין גאלעווענציץ...

זלאטשוב :

:D ר' מעכעלע ע"ה פלעגט צו זאגן. עס איז פארהאן דריי זאכן. איינס ווייסט דער באשעפער. איך. און גאנץ כלל ישראל. דער צווייטע ווייסט נאר דער באשעפער און איך. די דריטע ווייסט נאר דער באשעפער בכבודו ובעצמו אליינס. אז מיין בעקיטשע איז צעפליקט דאס ווייסט יעדער איינער , אז מיין הויזן פון אינטען איז צעפליקט דאס ווייסט נאר איך און דער באשעפער , ווען מיין ווייב וועט עס פארריכטען דאס ווייסט נאר איין באשעפער אליינס...( בעצם איז דאס שוין א ווארט פון צאנזער רב זצ"ל , ויש תורה מה'סטראפקעווער על זה)

:D דער רעבי און חדר האט געפרעגט ווער עס ווייסט וואו אזוי דער בעל התניא האט געהייסן זאל אויף הייבן די הענט, איין יונגעל האט אויף געהויבן ער ווייסט, ער מיינט אז ער האט געהייסן ר' מעכעלע...

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר