ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל"

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל"

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארווארט:

אנדערש ווי דער פארצייטישער גראבער און עגאאיסטישער ראש הקהל וועלכע מיר זענען געוואוינט צו טרעפן אין די מעשה ביכלעך, איז אונזער ראשעקאל דא אין שטיבל איינער פון די באליבטסטע און רעספעקטירסטע ניקים ביי אונז, מיט זיין ענוות חן און פשטות.

ווען ראשעקאל האט אריינגעגעבן זיין ניק נאמען פאר קאווע שטיבל, האט ער מסתמא נישט געטראכט צופיל איבער דעם באדייט פון דאס ווארט און אז דאס דארף אים רעפרעזענטירן (פונקט ווי שמעקעדיג האט גארנישט מיט מיר אין רעאליטעט, ספעציעל דורכאויס די ניין טעג...)

אבער ראשעקאל האט אנגענומען זיין ראלע גאר ערליך. ער איז דער פאקטישער ראשעקאל אין שטיבל ווען עס קומט צו נייעס און קאררענט איווענטס. ער מאכט זיכער אז דאס שטיבל זאל אלעמאל זיין אפ-טו-דעיט מיט די שנעלסטע און פרישסטע נייעס און סענזאציעס. מאנכע וויצלען זיך אז ראשעקאל ווייסט שוין די נייעס נאך איידער עס פאסירט, און אז אזעלכע גרויסע מידיא נעצן ווי די טיימס און עי. פי. קומען גנב'ענען די סקופס פון ראשעקאל..

צווישן ברודערלעך גערעדט ווייסט יעדער איינער אז באריכטן נייעס, בילדער און לינקס קריגט נישט אין שטיבל די ריכטיגע אנערקענונג. רוב מאל ווערט עס ניטאמאל געלייקט. אזוי זענען די שטיבל דינאמיקס. נייעס און אפדעיטס נעמט מען פאר גרענטעד.

אבער אונזער ראשעקאל קוקט נישט ארויס פאר אנערקענונג. א מענטש וואס דארף נישט קיין שכויעח. ער איז דא צו געבן און נאכאמאל געבן, און דורכאויס סיי וועלכע שעה'ן אין טאג צי נאכט, וועט ראשעקאל זיכער מאכן אז חברי השטיבל זענען אינפארמירט מיט אלעס וואס פאסירט איבער דער גארער וועלט מסוף העולם ועד קצה העולם. העכסטנס לייגט ער א דערמאנונג אין זיין חתימה אז מען זאל דרוקן די הענטעלע דארט אויבן, ובזה יצא ידי חובתו.

ראשעקאל האט אן ארעם לענגער ווי בתי' בת פרעה, אלעס ווייסט ער. ער קומט אן איבעראל, און זיין זשורנאליסטישע נאז האט זיך נישט צו שעמען קעגן וועלט-בארימטע מידיא מאכטן.

לכבוד חול המועד האבן מיר אפגעשטאט א באזוך אין די ביוראען פון אונזער באליבטן ראשעקאל, וועלכער האט אונז געשענקט פון זיין טייערע צייט און אויפגענומען פאר א קורצע אינטערוויו, וואו ער דערציילט אונז אלעס איבער זיין פרעזטיזשפולער שטעלע אלס געערטער ראשעקאל פון קאווע שטיבל, און פאטענציאלער ראש הקהל אין שמעקעדיגסוויל יע"א.




א גוטן כבוד הטפסר הנגיד שר ושוע ראשעקאל דקהילתינו שליט"א

ראשעקאל איז דער וואס האט אלץ די פרישסטע נייעס און אפדעיטס, אויף א פארנעם צו שטוינען, אבער נישט נאר נייעס, נאר יעדע סארט פאליטיק אדער סענזאציע, א סומאטוכע אדער זאווערוכע, ביזטו באלד דא דאס צו באריכטן. דאס הייבט ביי אלעמען נייגעריגע אויגן ברעמען, פון וואו באקומסטו אלץ די ערשטע רגע אלע נייעס און קאפיעס, בילדער און דאקומענטן, אויסשניטן פון אלע סארטן צייטונגען און אויסגאבעס, איר דערוואוסט זיך פון נפטרים תיכף ווי זיי הויכן אויס זייערע נשמות, איר פארשאפט מודעות פון די בתי מדרשים, בילדער פון היימישע עקסטרעוועגאנטע שמחות און עפעירס, און אלע סארטן אכשר-דרא צעטלעך פאר די מוסדות?


    א גוטן מועד, ס'איז מיר א כבוד צו פארפיגן א שמועס מיט אייך.

    בנוגע אינפארמאציע אינערהאלב מוסדות דארף מען האבן די קאנעקשאנס! איך אליין בין אינוואלווד אין אסאך מוסדות, ארגאניזאציעס, אלזא האב איך צוטריט צו א באנטש אינפארמאציע. איך האב אויך פארשידענע ארבייטער וואס זענען אינוואלווד אין כל מיני מוסדות וכו', און זיי האלטן מיר אינפארמירט.

    צו ברענגען נייעס שנעל און אפדעיט דארף מען זיך ארויפשארצן די ארבל... ווען עס איז דא גרויסע נייעס אזוי ווי די מנחם שטארק קעיס, וואס איך ברענג די ערשטע די לינקס צו יעדע פרישע נייעס איז דאס א שווערע ארבייט וואס איך טוה אליינס. איך האלט אין איין סוירטשן, און איך מאך גוגל אלערטס אזוי אז איך באקום די נייעס נאך פאר יעדעם. אז מ'ארבעט שווער העלפט דער אויבערשטער...

    היינט, אז איך בין שוין באקאנט אלס אן אינטענסיווער און אגרעסיווער נייעס באריכטער, זענען דא אסאך מענטשן וואס מאכן זיכער מיר צו שיקן זאכן.

    דערנאך איז דא סקופס וואס מענטשן געבן מיר איבער. אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס זענען סתם שעמעדיג צו פאוסטן, אדער ווילן נישט ארויפלייגן עפעס ספעציפיש צוליב א חשש גילוי שיקן זיי עס צו מיר און איך לייג עס ארויף.

אז מ'רעדט שוין, דער נאמען ראשעקאל איז זייער אייגנארטיג, עס האט אפילו געוואלט קאפירט ווערן דורך אנדערע אין אנדערע פארומס. ובבן איז די שאלה, וואס האט אייך געמאכט אויסקלויבן דעם ראשעקאל ניק? איר האט עפעס אין די בלוט פירערשאפט קוואליטיס? ס'וואלט אייך געגלוסט צו ווערן ערגעץ-וואו ראשעקאל?

    צו אדרעסירן דיין שאלה איז אזוי: פאר איך בין אנגעקומען צו קאווע שטיבל בין איך געווען צוגעוואוינט צו אייוועלט. דארטן איז געוועהן א מצב פון א ראש הקהל, וואלן וכדו'. ווען קאווע שטיבל האט זיך געעפענט האב איך נישט גע'חלומ'ט אז ס'וועט זיין אזא סוקסעספולע זאך, האב איך סתם געגעבן א פירקל אריין "ראשעקאל", אן צופיל כוונה.

און פארוואס רופט איר זיך ראשעקאל נישט ראש הקהל?

    ווען איך האב מיך איינגעשריבן ווי "ראשעקאל" האב איך ווייטער נישט געהאט די חוצפה זיך צו שרייבן ווי "ראש הקהל" ווייל איך זע מיך נישט ווי אזא סארט מענטש. "ראשעקאל" איז געווען אקעי ווייל ס'איז מער א קאמישע לאכעדיגע וועג פון שרייבן.

וואס איז פשט אין דעם '/' סימבאל וואס איר נוצט ביי יעדע בילד וואס איר לייגט ארויס? כ'בין זיכער אז איר האט א כוונה צו לייגן דוקא דעם דאזיגן סלעש?

    ניין. ס'האט נישט קיין ספעציעלע כוונה!

    מ'דארף דאך עפעס שרייבן כדי צו קענען פאוסטן א פיקטשער. זענען דא אסאך וואס לייגן א פינטעלע, פאר מיר געפעלט עס נישט, ווייל א פינטעלע איז געמאכט צו לייגן ביי די סוף פון א זאך, און דא איז דאך עס ממש די אנפאנג, נאך אפילו פאר די פיקטשער!! בין איך מער קאמפטעבל צו לייגן די שיפע ליין.

פארוואס דארפט איר אזוי אפט קויפן לעפטאפס אבער דוקא פאר א גוטע דיעל?... ממה נפשך, איז אייער ביזנעס אזוי גרויס, דארפט איר דאך נישט קארגן די פאר דאלער; ווידעראום אויב איז דער מצב שווער, פארוואס דארף מען כסדר נייע לעפטאפס בנוסף צו אייער אייפעד וועלכע איר האט אמאל פארגעסן די פעסווארד?...


    מאכסט מיר שמייכלען.... איך בין ב"ה שיין מצליח אין עולם המסחר, און הא גופא, דאס אכט געבן אויף יעדן דאלער איז קריטיש וויכטיג צו זען הצלחה אין ביזנעס. מיין ביזנעס איז אזוי גרויס טאקע ווייל ביי אונז קארגט מען יעדע דאלער. וואו אימער מ'קען סעיוון סעיווט מען, און דאס איז איינע פון די סודות פון הצלחה. (ששש.... דערצייל נישט פאר קיינעם).

    אז דו דערמאנסט די אייפעד... איך פערזענליך האבן שוין פארגעסן דערפון, אבער דו דערמאנסט מיר, איך האב טאקע פארגעסן די פעסווארד. איך מיין אז ס'געווען אן אייפעד 1 אדער 2 פון מתושלח'ס צייטן...

וואס פאר א כלים נוצט איר היינט?

    היינט נוץ איך די לעצטע אייפעד מיני, און אויך די לעצטע גרעסערע אייפעד. אמאל אמאל ניץ איך א נעקסוס 7.

ווי אזוי האט איר פלוצים געטוישט חתימה מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, פון די JET מארקעטפלעיס חתימה פליענדיג הויך אין די ספערן ביז צו א פשוט'ן פאסט-סטעמפ וויץ?

    די JET חתימה איז דאך שוין נישט נוגע! עס איז שוין געשפארט און איך האב שוין באקומען מיין פרייע 5 יאר מעמבערשיפ.

    פארוואס די פאוסט סטעמפ וויץ? אה, איר ווייסט דאך אז איך האב זייער ליב מיין פאסט קעסטל (זע לעמאן דזשוס'עס פאעזיע פארמעסט פון תשע"ג), איז דאך נישט מער ווי יושר אז איך זאל אפגעבן כבוד פאר די קליינע סטעמפעלע וואס ברענגט מיר אזוי פיל פארגעניגן.

יא, געדענק מיר טאקע אייער הערליכע פאעזיע. איר קענט יא ווען איר ווילט..

לאמיר אייך פרעגן, אלס דער וואס לייגט ארויף די סאמע מערסטע בילדער אין שטיבל, וואס האלט איר איבער די וואטערמארקס אין קאווע שטיבל? ס'איז א שטארקע תועלת? אדער עס שטערט מער ווי עס טוט אויף?


    די וואטערמארקס אין קאווע שטיבל איז לדעתי זייער א וויכטיגע זאך און איך שטיץ עס מיט'ן גאנצן הארץ. יא, איך לאז די וואטערמארק ארויפגעפירקלט ווערן אויף יעדע זאך וואס איך פאוסט, ווייל מיר ליידן פון א באנדע גנבים וואס ווילן נישט געבן קרעדיט פון וואו זיי נעמען סחורה. ווען דו בעטסט מיך איבערצולייגן א פיקטשער אן די וואטערמארק טו איך עס גערן. נאר זיי אזוי גוט, ווען איך שטרענג מיך אן צו פאסטן א פיקטשער ספעשל פאר דיר זאלסטו מיך געבן מיין פארדינטע לייק...

    איך מיין אז דאס איז נאך מער קלאר געווארן לעצטנס ווען קאווע שטיבל האט געליטן די גרעסטע דורכפאל אין איר היסטאריע. מיר האבן זוכה געווען אז @ונבנתה העיר האט דא געבראכן היסטאריע מיט די ווידיא פון חפץ חיים, אבער ליידער איז ונבנתה באגאנגען א נארישקייט וואס מ'קען נישט אפשאצן, אז ער האט נישט ארויפגעלייגט א וואטערמארק.

    עס איז שיין פון "קול ברמה" און "מאמענט" אז זיי האבן געגעבן די קרעדיט פאר קאווע שטיבל און ונבנתה, אבער די גאנצע וועלט, אלע צייטונגען און אויסגאבעס, דרייען זיך ארויס פון געבן די פארדינטע קרעדיט, נאר ווייל ונבנתה האט זיך באנארישט! קאווע שטיבל האט געמאכט איינע פון די גרעסטע אנטדעקונגען אין די לעצטע צענדליגער יארן, אבער מ'האט מער ווייניגער פארלוירן אז דאס זאל אנערקענט ווערן.

גערעכט גערעכט, דברים כדרבונות.

קענט איר אונז איבערגעבן אביסל אינסייד אינפארמאציע אויף די אלו ואלו נשרפים פאעזיע וואס איר האט געשריבן פאר שושנים? עפעס אינסייד סטאריס, אישי מעסעדזשעס, וכדומה?


    וואס פאלט דיר ביי אז ס'איז דא אן אינסייד סטארי? אה, הייסט @כוכב טראגט די גאסיפ ווייטער!... נא נא!

צום שלוס נאך איין שאלה, איר זענט דאך פון די עמודי התווך אין שטיבל איז אויב אזוי פארוואס נעמט איר נישט אן צו דינען אלס גבאי חודש?

    איך בין א טיפ מענטש וואס נארט זיך נישט. איך ווייס פונקטליך מיינע שטארקקייטן און דאס פארקערטע. כאטש אין ביזנעס בין איך מצליח און איך בין א שטארקער מענטש, בין איך אבער נישט געמאכט צו זיין א גבאי אין קאווע שטיבל. איך ווייס דאך אזא יעדע מעקעריי און ווארענונג גייט דורך גאנצעטע מיטינגס און ספיקות, איך האלט נישט אז איך פארשטיי גענוג צו דעם צו האבן א מיינונג. העט מען ווען געמעקט אזוי איינס צוויי, וואלט געווען א מחיה. וואלט איך געלאפן אויף אלע פיר ווערן א גבאי. ס'איז אסאך פאן צו האבן א אירעיסער און מעקן וואס ס'שמעקט מיר, און נאכדעם ווען מ'האט טענות, צו מעקן די טענות...

    שוין, איך מוז אצינד לויפן דאווענען מנחה.

דאן וועלן מיר אייך נישט באדערן, די איבריגע שאלות וועט מוזן ווארטן פאר חלק ב', און א הארציגן דאנק פאר אייער צייט.
איידער מיר געזעגענען זיך, וואספארא מעסעדזש ווילט איר איבערגעבן פאר די קאווע שטיבעל צוהערער?


    איך בין דאך א קליינטשיגער קעגן אזעלכע קארפן קעפ, ווער בין איך צו שיקן מעסעדזשעס..? אבער אז איך האב שוין די מייק וויל איך זיך פערזענליך באדאנקען פאר אלע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך פארן בארייכערן דעם שטיבל, זה בכה וזה בכה, יעדער מיט זיינע כשרונות, וואס ברענגט ארויף דעם ניווא פונעם שטיבל צו א גאר הויכן שטאפל. עס איז מיר א געוואלדיגע הנאה צו פארברענגען מיט אזעלכע טייערע חברים כולם אהובים וברורים, לאורך ימים ושנים טובים!

יאפ, כמים פנים אל פנים איז אונז א זכי' צו האבן אזא אויסנאם גוטן ראשעקאל. הצלחה און האטס א מיר א שמחת יו"ט.


/
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר