א חבר אן אפיקורס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

א חבר אן אפיקורס

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

(די נישט ראדעגירטע ווערסיע).

פארגאנגעם שבת טרעף איך א יונגט פריינט א אינגערמאן וואס הארעוועט על התורה ועבודה, א שארף קעפל מיט נאך א שארפערן פיסק, ווען ער וואלט געלעבט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק וואלט ער בלי שום ספק געווען א קאצקער חסיד במלא מובן המילה. דא עקא ער לעבט אין שנות אלפיים און דער קאצקער שטראם איז שוין טויט א הנדערט יאר, ברויך ער זיך מאכן אן אייגענער קאצקער שטיבל, סאיז טאקע נאר אין זיינע ד' אמות אבער ווער עס גייט אריין אין דעם ד' על ד' אטעמט די קאצקע ליפט און שפירט די קאצעקע היץ, ווי שקר און בלאף האט נישט קיין פלאץ און אמת איז דער שפיץ דערגרייכונג. ביי אים עקזעסטירט נישט קיין גרעי עריעיס אדער איז עס שווארץ אדער איז עס ווייס אדער איז הונדערט פראצענט ריכטיג אדער איז עס הונדערט פראצענט ראנג.

איך ווער צוגעצויגן צו אזעלעכע אידן ווי מצה צו פוטער, איך גלייך זייער אידן וואס זענען זיכער מיט זייער מהלכך החיים און זענען גרייט מקריב פאר זייער שיטה, זיך די ווייב די קינדער און די שוויגער, נישט קיין חילוק אויף וועלעכע זייט פונעם ספעקטרום זיי געהערן, זאל עס זיין דער משה בער בעק דער קנאי יששכר כץ דער מאדארן ארטאדאקס אדער להבדיל שלום דין דער משכיל. . נאכמער האב איך ליב צו פארברענגן מיט אזעלעכע אידן אין אריינגיין איינצעלע מינוטון אין זייער עקזיסטענס צו שפירן דאס אבסלוט אין זייער זיכערקייט א וועלט וועס עקזעסטירט נישט קיין מחשבות שניות אזעלעכע אידן וואס אפילו דער אשר קרך'ניק עמלק וואלט נישט מצליח געווען אריינצוברענגן ספיקות אין זייער וועזן. מיין ווייב זאגט אז שוואכקייט קומט פון דער אלגעמיינער נאטור אין די בריאה אז א פאזיטיוו קלעבט צו א נעגעטיוו, נעמליך, איך אלץ איינער וואס זעט נישט קיין אבסלוטע אמת אין גארנישט און איז מלא ספיקות כרמון ווער צוגעקלעבט און באגייסטערט פון אידן וואס ווייסן פונקליך ווער דער רבונו של עולם איז און וואס ער וויל..

אזוי רענדעדיג מט אים האט דער שמועס גענומען א שארפע דריי און עס האט זיך פארקירוועט איבער זיין אמאליגער ידיד א קרוב זיינס וואס איז ליידער ירד מהדרך. דערציילט ער מיר אז ער האט אים לעצטענס געטראפן ביי א חתונה און קוים וואס ער זעט אויס ווי א איד. זאגט ער מיר בזה"ל "ווען ער זאגט מיר ווען אז ער גלייבט מער נישט בהשם ובתורותו, דריי איך מיך אויס, און איך וואק אוועק פון אים, איך קוק מער נישט אויף זיין זייט, איך מעק אויס זיין נאמען פון מיין נאטיץ ביכל, און ער הערט אויף עקזעסטירן אין מיין וועלט"
פרעג איך אים פארוואס? סוף כל סוף איז ער א מענטש ער האט געפילן, די ביזט זיין משפחה פארוואס זאלסטו אפהאקן מיט אים ווייל ער גלייבט אנדערש ווי דיר?
דארפסט פארשטיין זאגט ער מיר "איך בין דא אויף דער וועלט צו דינעם דעם באשעפער, לאמיר זיך נישט נאר'ן ווען איינער זעט א איד עובר זיין אן עבירה, האט עס אן השפעה אויף דער מענטש בעקיפין ובמישרין, ווען איינער זעט ווי א איד וואס איז געווען א שומר שבת צינד אן א אציגערעטל אום שבת מאכט עס א מורדיגע רושם אויף אים און סאיז לא ימלט אז עס זאל נישט האבן קיין השפעה אויף אים און עטוואס גרינגער מאכן דאס ענין פון חילול שבת אין זיינע אויגן"

ער לייגט צו "דער חוזה זאגט אז אפילו פארציילן וועגן אן עבירה וואס א צווייטער איז באגאנגען, ברענגט אראפ די הארבייקט פון די עבירה ביים פארציילער (קען זיין אז עס איז אויך דא א יטב לב ערגעץ דערוועגן, מען ברויך פרעגן דעם אסף המזכיר) כל שכן וכל שכן זען און האבן פיר מיט א מחלל שבת און א כופר בשם ובתורתו לאזט איבער צייכענעס אויפן מענטש"
ולכן פירט ער אויס "איך וויל נישט קאלט מאכן דאס ענין פון אמונה ביי מיר אפילו אויף איין דעגרי, מוז איך גענצליך אפהאקן די קשר מיט אזא איד עס זאך מיר נישט שאטן קיין זיז כל שהו, ואני את נפשי הצלתי, איי דאס וועט וויי טוען א צווייטער בשר ודם? איי מיט אזא התנהגות בין איך עלול צו פארברענען דאס לעצטע בריק וואס איך נאך פארהאן? איך האב נישט קיין ברירה! חייך קודמין ואין אדם חוטא בשביל שיזכה חברך. עד כאן תוכן השיחה.

די שמועס האט מיך געמאכט לאנג טראכטן, דאס איז אמאל זיכער אז איך וואלט זיך נישט אזוי געפירט איך וואלט פיין פארברענגט מיט אים אפילו איך ווייס איז ער א מחלל שבת. די שאלה איז נאר פארוואס? פארוואס וואלט איך אנדערש געהאנדעלט?
עס ווילט מיר זיך זאגן אז די סבה איז ווייל איך בין נישט אזוי שווארץ און ווייס מיינדעד ווי ער, מען קען נישט פירן א נארמאלע לעבן מיט אזעלעכע חשבונות ווי א דעגריי ווארעמער צו א דעגרי קעלטער, מען ברויך טוען וואס מען האט צו טוען און מען פירט זיך אויף ווי א מענטש. אויב וועט מען אנפאנגן צו מעסטן דעגריעס, וועט מען נישט פארטיגען, מיט אזעלעכע חשבונות קען זיך פארשפארן אינדערהיים אין א אייער באקס און נישט האבן קיינעם לפי סטאטיסטיקס איז יעדער צווייטער מענטש שוואכער ווי דיר אין אידשקייט ממילא קען איך נישט גיין אין בית מדרש, ווער רעדט נאך פון גיין אין ארבעט ווי עס דרייען זיך גוים קריסטן אטאיסטן און עובדי עו"ז? דאס איז איין מהלך.

דער צווייטער מהלך איז אז אפשר איז מיר אידישקייט נישט אזוי טייער אין איך בין יא גרייט אראפצוריקן אפאר דעגריעס מיין אידישקייט כדי צופירן א נארמאל ציוויליזרעטע לעבן און נישט זיין געצוימט פון תורות פון חוזה אין גריבעלנישן פונעם קאצקער.

קוקט אויס אז דער קאצקער לופט איז אנשטעקיק...
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר