פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הלוי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הלוי

שליחה דורך שעפטל »

אין די מינוטן איז נפטר געווארן הגאון האדיר הגדול, עטרת תפארת ישראל, רב רבנן, שר התורה ועמוד ההוראה, פוסק הדור מרן רבי שמואל הלוי וואזנער זי"ע, גאב"ד זכרון מאיר אין בני ברק וראש ישיבת חכמי לובלין, און בעל שו"ת שבט הלוי, זייענדיג אלט איבער 101 יאר.

הרב וואזנער, צו דער 'בעל שבט הלוי' ווי מ'האט אים גערופן איז געבוירן געווארן ב' אלול תרע"ג‏, אין שטאט ווינא, צו זיין פאטער מוה"ר יוסף צבי ז"ל און זיין מאמע רחל ע"ה, טאכטער פון הגה"צ רבי בנציון שיף זצ"ל.
אויף זיין מאמע'ן דערציילט מען די באקאנטע מעשה אז זי האט עפעס געזינגן וואונדערבאר, איר קול באשה איז געווארן באוויסט איבעראל, ביז עפעס אן אגענט האט איר געטראפן אין ווינא, און איר פארגעשלאגן א קאריער, זי האט דאס זייער געוואלט, ווען אירע עלטערן האבן ביי איר נישט געקענט פועל'ן אז זי זאל דאס נישט אננעמען, האבן זיי איר גענומען צו זייער רב, הגה"צ רבי שלמה בוימגארטן זצ"ל און אים געבעטן ער זאל ביי איר שתדל'ן. ווען רבי שלמה האט געזעהן אז ער קען דאס אויך נישט ערלעדיגן, האט ער זיי געשיקט צום צדיק רבי יצחק מאיר זצ"ל פון קופישניץ וואס האט זיך פונקט דאן געפינען אין ווינא, דער קופישניצער האט איר געפרעגט פארוואס זי וויל דאס אזוי שטארק, האט זי מיט אן אמת גענטפערט אז פשוט פאר די באוויסטקייט! האט איר דער קופישניצער געזאגט "יעדעס מאמע'ס טרוים איז צו האבן גוטע קינדער, זאג איך דיר יעצט צו, אז דו וועסט אויפגעבן דיין ווילן פון ווערן באוויסט אין די וועלט, וועסטו אבער ווערן באוויסט דורך א קינד דיינער, דו וועסט האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט און זיין באוויסט איבעראל!" ווען דער משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א האט אמאל געטראפן הרב וואזנער און געפרעגט איבער די מעשה, האט דאס הרב וואזנער באשטעטיגט, און צוגעלייגט "ווען איך בין געווען אינג פלעגט מיך מיין מאמע אייביג בעטן און פארלאנגן איך זאל לערנען און לערנען און אויפוואקסן אן ערליכע איד, זי פלעגט צולייגן 'דו האסט נישט קיין אהנונג וואס איך האב פאר דיר אויפגעגעבן!'"

ער האט געלערנט ביי הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל אין ישיבת חכמי לובלין, און ביים משגיח הגאון רבי אברהם שמעון הלוי ענגיל הורביץ זי"ע, רבי שמעון'לע זעלכוב'ער, וואס האט געדינט אלס משפיע אינעם לובלינע ישיבה.
אין זיין הקדמה אויפן שו"ת שבט הלוי ח"א דערמאנט הרב וואזנער נאך פון זיינע רבי'ס, קודם "אלוף נעורי" הגה"צ מוהר"ר שמואל דוד הלוי אונגאר זי"ע, (אב"ד נייטרא ו) בעמ"ס נאות דשא, און הגה"צ מוהר"ר יוסף אלימלך כהנא זי"ע (אב"ד אונגוואר און צעהלים ו) בעמ"ס שו"ת מהרי"א הכהן.

‏אין יאר תרצ"ה האט ער חתונה געהאט צו הרבנית רבקה ע"ה (נפטרה כ' טבת תשנ"ו), טאכטער פון הגה"צ רבי מרדכי גלבר‏ זצ"ל, און אין יאר תרצ"ט איז ער ארויף קיין ארץ ישראל. ער האט זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק, און געלערנט ביים ירושלימער רב הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל. און האט מקיים געווען דעם שימוש חכמים ביים טעפליקער גאון, הגה"צ ‏רבי שמשון אהרן פולונסקי זצ"ל, רב שכונת בית ישראל אין ירושלים וראש "ישיבת רבינו חיים יוסף".

אין תש"ז האט דער באקאנטער פילענטראפ, ר' יעקב הלפרין ז"ל געבעטן הרב וואזנער צו קומען דינען אלס רב אינעם שכונת זכרון מאיר, וואס ווערט אנגערופן נאך רבי מאיר שפירא ז"ל, זיי זענען אריבער צום חזון איש זצ"ל וואס האט געפועל'ט ביי הרב וואזנער עס אנצונעמען. און האט דארט מייסד געווען די ישיבה חכמי לובלין, א נאמען נאכן ישיבה ווי ער האט געלערנט. פון דעמאלטס ביז ממש לעצטענס איז ער געווען א תופס הישיבה במלוא מובן המילה, געגעבן טויזענטע שיעורים אין יעדע מקצוע און סוגיא, זיך געהאלטן זייער נאנט מיט זיינע תלמידים, און טאקע ארויסגעגעבן ‏גאונים אדירים, פוסקים און דיינים אין די הונדערטער.

הרב וואזנער, איז געווען אן אנגענומענער פוסק אין די גאנצע וועלט, ביי חסידים און ליטאים צוגלייך, רעכטע מיט לינקע... ער איז אייביג געגאנגן צווישן די טראפן מיט א געוואלדיגע קלוגשאפט, א שטייגער, ווי ער אליינס האט קיינמאל נישט אנטייל גענומען אין די בחירות אין ארץ ישראל, געווען אפיציעל אנגעהאנגן אין די עדה החרדית, אבער קיינמאל נישט ארויסגעגעבן אן איסור אויך נישט, טראץ דעם וואס מ'זאגט אז ווען רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געשריבן דעם ספה"ק ויואל משה, האט ער עס געשיקט צו הרב וואזנער עס איבערצוקוקן פאר ס'גייט צום דריק. פארשטייט זיך אז קיין חוב קדוש צו גיין וועהלן האט ער אויך נישט אינטערגעשריבן..
בכלל איז הרב וואזנער געווען נאנט מיט אלע גדולים אין ארץ ישראל בפרט, ער האט געדינט אלס חבר נשיאות וועד הישיבות, מיט הגאון רבי ניסים קרליץ, הגאון רבי שמואל אויערבאך און נאך...
פון די אנדערע זייט האט ער אויך געדינט אלס חבר נשיאות כולל שומרי החומות מיט אדמור"י סאטמאר און גאב"ד ירושלים...
בקיצור מ'האט טעגליך געקענט זעהן בילדער און דאקומענטן ווי ס'זענען פארגעקומען אסיפות ווי די גדולי ליטאי אדער לינקע גאר האבן זיך באטייליגט און הרב וואזנער איז געווען צווישן די משתתפים, צו ביים סיום הש"ס זיצענדיג מיט הגראי"ל שטיינמאן, ‎הגר"ח קניבסקי‎ ועוד ועוד. דערנאך געקענט זיצן מיט די גרעסטע קנאים.

הרב וואזנער איז געווען ממש א ראש המדברים בכל מקום, ממש אין יעדע גרויסע פארזאמלונג אין ארץ ישראל האט ער אויפגעטרעטן, סיי ביי חסידישע, ליטווישע, ספרדישע, קנאי'שע און פרייע'רע. אפגערעדט אויב ס'איז געווען א "דעת תורה" מאמענט, האט ער אפילו געגעבן הוק-אפס, א שטייגער ווי ביים כינוס כלל ישראל אין אמעריקע.

דאס חביבות התורה ולומדיה פארלאנגט זיך באמת א באשרייבונג פאר זיך, ער האט אויפגעלאכטן ווען א מורה הוראה, צו אפילו א אינגערמאנטשיק 75 יאר אינגער פון אים איז אריינגעקומען צו אים ווייזענדיג א נייע ספר וואס יענער פלאנט ארויסצוגעבן, ער האט יענעם אויפגענומען מיט עהרע, מחזק געווען און גערעדט מיט אים בהלכה, איבערגעגאנגן נושאים וואס ווערט ארויסגעברענגט אינעם ספר, געגעבן שיינע הסכמות, און אויב ס'איז געווען א הלכה ספר, האט ער זיכער געמאכט אז דאס ווערט איבערגעקוקט, אין די לעצטערע פאר יאר זענען זיינע תלמידים הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, אדער הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א געווען זיינע שילוחים זיכער צו מאכן אז די ספר איז אויסגעהאלטן.
און אז מ'רעדט שוין פון ספרים, איז טאקע ממש נישטא קיין הלכה ספר אין די לעצטיגע צענדליגע יארן ווי עס ווערט נישט דערמאנט א פסק הלכה פון הרב וואזנער. אין סיי וואספארא ענין ווערט אראפגעברענגט עפעס וואס הרב וואזנער האט ערגעץ געשריבן אין זיינע שו"ת שבט הלוי, צו וואס הרב וואזנער האט יענעם געזאגט פרעזענדליך.
און גראדע נישט נאר רבנים און דיינים האט ער מכבד געווען ווי עס פאסט (צו יענער האט געהאלטן אז ס'פאסט אזוי...) נאר יעדע מענטש וואס איז געקומען אין זיין געגענווארט האט ער אייביג געגעבן דעם זיסן שמייכל, ער האט געקענט גריסן קליינע קינדער, נישט געווארט אויף קיין כבוד. אן עניו גדול מאוד געווען, געהאלטן פון זיך גארנישט.

ער איז געשטאנען ווייט מחלוקת, טראץ וואס מ'האט אים זייער אסאך מאל פרובירט אריינצושלעפן, מיט זיין גוטע נאז און חכמה איז ער געשטאנען אין די זייט, און איז נישט געפאלן פארן געשריי אז מ'מיינט די תורה צו גאר אידישקייט.. און אין כמעט יעדע מחלוקה'לע צווישן כלל ישראל האבן ביידע צדדים פרובירט אים אויפצוווייזן אז יענער מיינט לשם שמים, און אז הרב וואזנער קען דא גאר זיין דער פוסק האחרון אז דער צד השני זאל דארפן אראפלייגן די געווער, דאס האט אבער ביי אים גארנישט געמיינט, נישט פארדעם איז ער דא געווען, ער האט ענדערשט גע'פסק'נט נאך שאלות און אויסגעארבייט הלכות.
איך וועל דערמאנען אן אינטערסאנטע עפיזאד, ווען ס'האט אויסגעבראכן די מחלוקה צווישן סאטמאר/עדה החרדית מיט בעלזא, איז מסתמה הרב וואזנער געווען דער סאמע איינציגסטער וואס האט נישט אינטערגעשריבן יענע "ובנביאי אל תרעו" צעטיל וואס רובא דרובא רבנים פון יענע דור האבן אינטערגעשריבן (כ'רעד די וואס זענען געווען מיט די שיטה), מ'האט אויף אים גראדע שווער געארבייט ער זאל יא! ביי די פרשה האט ער גראדע געמאכט א שטיקל אויסנאם און יא געארבייט פאר א שלום! ווי ער אליינס האט דערציילט מיט יארן שפעטער פאר כ"ק אדמו"ר מרן (מהר"א) מ'סאטמאר שליט"א, ווען סאטמארער רבי האט אים באזיכט ה' ויקהל תשע"ד בביתו נאווה קודש אין בני ברק (גענומען פון קול התאחדותינו פקודי-שקלים תשע"ד):
כ'האב פונקט דערמאנט פאר רבי חיים (בנו הגאון רבי חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א, דומ"ץ זכרון מאיר ב"ב מלפנים אב"ד דקהילתינו בלאנדאן יע"א) - איך בין דאך א איש שלום - ווען ס'איז געווען די מחלוקה... האב איך געמאכט מיט א בריוו א שלום, נישט ממש שלום נאר א רואיגקייט, האט מיך אייער טאטע אנגערופן צעהן מינוט פאר שבת 'איך וויל אייך מכיר טובה זיין, אויב נישט אייער בריוו העט איך געפאלן' דאס לשון האט ער מיר געזאגט.

כ"ו שבט תשמ"ו, איז נפטר געווארן הגאון רבי יעקב לאנדא ז"ל, אב"ד בני ברק, און ביים לוי' האט מען אויסגערופן אז עפ"י צוואתו זאל זיין זון הגאון רבי משה יהודה לייב שליט"א איבערנעמען. אבער דער גאון רבי אלעזר מנחם מן שך ז"ל האט זיך אקעגן געשטעלט (אלס הרב לאנדא איז געווען א חבד'ניק..) און הרב שך האט דעמאלטס פארגעשלאגן אז הרב וואזנער זאל איבערנעמען! הרב וואזנער איז נישט געווען אין בני ברק דעמאלטס, ער איז געווען אין לאנדאן, ווען ער איז צוריקגעקומען איז ער געגאנגן צום צענטראלן שלושים סעודה פונעם רב העיר, און דארט ברבים מקבל מרות געווען פונעם נייעם רב! (א פרשה פאר זיך וויאזוי ס'האט זיך אויסגעקאכט, און הרב שך איז גראדע זייער ברוגז געווען אויף הרב וואזנער).

שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חנה יוטא, די טאכטער פון הגה"צ אהרן דוד הכהן קאהן, (זי איז געווען א שוועסטער מיט הגה"ק דער תולדות אהרן'ע רבי מהרא"י זצ"ל)

ער האט איבערגעלאזט קינדער רבנים, מורי הוראה און בעלי בתים נכבדים:
בנו הגדול, הגה"צ רבי חיים מאיר הלוי שליט"א, דומ"ץ זכרון מאיר, ראב"ד שבט הלוי, ור"מ ישיבת חכמי לובלין, ומלפנים אב"ד ור"מ קיט"ל ד'סאטמאר לאנדאן.
‏בנו הגה"צ רבי בנציון, אב"ד שבט הלוי מאנסי און אין בית שמש, וראש בי"ד שבט הלוי בארה"ב.
בנו הרב יוסף צבי שליט"א
בנו הרב משה יהודה שליט"א
בנו ‏הגאון רבי אברהם אליהו שליט"א, אב"ד שבט הלוי מודיעין עלית
בנו הגאון רבי מרדכי אלימלך שליט"א, אב"ד שבט הלוי בארא פארק.
חתנו הגאון אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א, אב"ד שבט הלוי ירושלים.
און פארלוירן איין איידעם, הגאון רבי ישראל אונגאר ז"ל, פון סקווירא (נפטר געווארן פון די שוויין פלו ה"י, תשנ"ט)

פון די באקאנטע אייניקלעך זענען‏:
הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א, אב"ד סאטמאר לאנדאן, בן בנו הגדול מהר"ח.
הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א, אב"ד קיט"ל סאטמאר מאנסי בן בנו מהרמ"י
הגה"צ רבי שרגא פייביש האגער שליט"א, אדמו"ר מ'קאסוב בארא פארק, איידעם ביי מהר"ח.
הגאון רבי מרדכי זאב וואזנער שליט"א. רב דקהל מחזה אברהם, און ראש ישיבת ישיבה לצעירים סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג , בן בנו מהר"ח

שווער צו זאגן אז די אבידה וועט האבן א תמורה, גאר שוואכע שאנסן פאראויסצוזאגן אויף איינעם אז יענער וועט איבערנעמען זיין פלאץ בהוראה, דינענדיג אלס פוסק פאר אלע שיכטן און קרייזן.

האט אבער איבערגעלאזט ספרים וואס ס'וועט זעכער זיין שפתותיו דובבות
שאלות ותשובות "שבט הלוי" האלט ביי 11 בענדער, און א גאר געלונגענע עקסטערע באנד פון "מפתחות שו"ת שבט הלוי".
ספרי "שבט הלוי על התורה", ביזדערווייל איז נאר דא אויף בראשית.
"חידושי שבט הלוי" - אויף ש"ס.
ספר "תורת הלוי" אויף הלכות סת"ם
ספר "תורת הלוי" אויף הלכות שמיטה
ספר "שיעורי שבט הלוי" אויף הלכות נידה.

איך בין זיכער אז די מכון "מעיינות הלוי" וועט נאר בארייכן דעם עולם התורה מיט צענדליגע ספרים.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר