רפואה'דיגע שאלות בהלכה -- פה-סח

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2316 מאל

רפואה'דיגע שאלות בהלכה -- פה-סח

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

(אומרעדאגירטע ווערסיע)
ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו ונתן לנו את תורתו, דער בורא ב''ה האט אונז פארגעשריבן א פונקטליכע פלאן וויאזוי צו לעבן אויף די וועט כדי אנצוקימן צום תכלית הנרצה, די אידישע תורה צייכענט זיך אויס מיט אירע פילע הלכות אויף יעדען ריר אין לעבן און מיט איר שארפע פונקטליכקייט, איז אוודאי אויף אזעלכע וויכטיגע נושאים ווי די לעבן פונעם מענטש און זיין געזונט איז פארהאן פונקטליכע פארשריפטן וויאזוי זיך אומציגיין,
אין די ראמען פון די ארטיקל וויל איך דורכלויפן שנעל און גאנץ אויבערפלעכליך עטליכע נושאים בעניני רפואה בהלכה צו באקימען א שמעק בערך וואס עס רעדט זיך, עס איז געבויעט מער ווייניגער אויף די ספר פון רב יצחק שילת ''רפואה, הלכה וכוונות התורה'', פאר א מער ברייטערע קלארע באהאנדלונג פון די נושאים און פון נאך נושאים איז גוט צו מעיין זיין אין דעם ספר,



די גמרא (ברכות ס.) לייגט דארט פאר אלע מיני תפילות וואס מען זאגט און ספעציפישע פעלער, זאגט דארט די גמרא אז איינער וואס גייט צום דאקטאר זאגט א געוויסע תפילה, און די גמרא איז מסביר פארוואס דארף מען דאס זאגן 'לפי שאין דרכן של בני אדם לרפאות אלא שנהגו', און אביי זאגט אז מען זאל נישט זאגן די תפילה ווייל עס שטייט 'ורפא ירפא - מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות', וואס גייט דא פאר וואס מיינט עס איז נישט די סדר זיך צו היילן און פארוואס דארף א דאקטאר רשות צו היילן, און די פלא איז נאכמער ווייל א דאקטאר איז מחיוב ע''פ תורה צו היילן ווי די גמרא לערנט ארויס פון 'והשבותו לו' וואס שטייט ביי השבת אבידה אז א מענטש'ס גוף איז אויך אין כלל פון השבת אבידה, און אויך איז דא א לאו פון 'לא תעמוד על דם ריעך', איז נאך שווערער פארוואס דארף די תורה געבן רשות צו היילן,

די ראשונים (רש"י ברכות שם ורשב''א ב''ק פה.) ערקלערן די גמרא אז עס וואלט געווען א צד צו זאגן אז היות א מחלה וואס קימט בידי שמים (לאפוקי א היזק וואס איינער האט גורם געווען דורכן שלאגן וכד') איז ארויס פונעם נארמאלען סדר וואלט מען דאס געדארפט באטראכטן ווי א ווארענונג משמים אז ער דארף זיך פארבעסרן, איז אויב גייט ער צום דאקטאר איז דאס ווי ער צישטערט גזירת המלך, פארדעם דארף די תורה אונז זאגן אז מען מעג יא,
עס איז ידוע און דעם שמועס די גרויסע מחלוקת צווישן דעם רמב''ם און דער רמב''ן, דער רמב''ן אין פר' בהעלותך שרייבט זייער שטארק אז ווען כלל ישראל פירט זיך ווי מען דארף ווערן זיי געפירט דורך הגחה פרטית און אלעס וואס געענט מיט זיי איז בדרך נס, איז וואס האט מען צו גיין צום דאקטאר ווען דער בורא זאגט צו 'וברך את לחמך ואת מימך' און ווען עס קומט יא אמחלה איז א סימן אז עפעס טויג נישט און מען דארף פאררעכטן און ווי דער רמב''ן דריקט זיך אויס 'ומה לו לרופא בבית עושי רצון השם', און דאס מיינט די גמרא 'אין דרכם של בני אדם ברפואות אלא שנהגו' ווייל אויב וואלט מען ריכטיג געהאט בטחון וואלט נאר געקימען מחלות אלץ א רמז אדער עונש און מיט תשובה אדער תפילה וואלט עס אוועקגעגאנגן, נאר מען האט זיך איינגעפירט מיט רפואות און מען האט נישט געהעריג בטחון האט אונז השי''ת פארלאזט צו די מקרי הטבע און מען דארף ציקומען צו דאקטורים,

דער רמב''ם פון די אנדערע זייט שרייבט שארף פארקערט, אויף די משנה אין מסכת פסחים ווי עס ווערט פארציילט וואס חזקיה המלך האט געטון און וואס די חכמים האבן געהאלטן דערפון, איינע פון די זאכן איז 'גנז ספר רפואות והודו לו חכמים' ער האט באהאלטן א ספר פון רפואות, פארוואס האט מען עס געדארפט באהאלטן? ברענגט דער רמב''ם צוויי מהלכים, איינס אז עס איז געווען א ספר פון רפואות פון די עובדי עבודה זרה און שטערנזעער וואס איז אסור ע''פ תורה צו טון, אדער אז עס איז געווען א ספר ווי עס איז געשטאנען געוויסע סמים וואס זענען מזיק און וויאזוי מען היילט פון זיי און מענטשן האבן עס גענוצט צו מאכן די סמים און מזיק זיין, דערנאך ברענגט ער א מהלך וואס איז געווען אנגנימען בזמנו אז דאס איז געווען א ספר פון געהעריגע קאנווענציאנאלע רפואות וואס שלמה המלך האט מחבר געווען און חזקיה האט געזען אז מענטשן פארלאזן זיך נישט אויף השי''ת נאר אויף יעדע מחלה קומט מען צו דער ספר האט ער דאס באהאלטן, דער רמב''ם איז שארף דוחה די מהלך כאילו עס איז דא א פראבלעם מיטן גיין זיך היילן פון א מחלה, און ער טענ'ט 'לפי סברתם המשובשת השטותית' ווען איינער איז הונגעריג און ער נעמט א שטיקל ברויט צו שטילן זיין הונגער פעלט אים פון זיין בטחון, אזויווי איך דאנק דעם בורא פארן באשאפן ברויט צו שטילן מיין הונגער און לעבן געזונט, אזוי וועל איך אים לויבן פאר'ן באשאפן א מעדעצין זיך צו היילן ווען איך פאל אריין אין א קרענק,

דער חזון איש אין אמונה ובטחון איז נוטה צום רמב''ן אז באמת על פי תורה וואלט מען זיך געדארפט לגמרי פארלאזן אויף השי''ת און נישט אויפן דאקטאר, און ער איז מסביר אז פארדעם האט דוקא חזקיה באהאלטן דעם ספר רפואות ווייל זיין דור איז געווען א דור פון צדיקים ווי די גמרא זאגט אויף יענע דור אז פון דן ועד באר שבע האט מען נישט געטראפן א עם הארץ, פאר אזא דור איז ראוי זיך נישט צי באנעמען מיט רפואות נאר זיך לגמרי פארלאזן אויף השי''ת,

דאס איז זיכער אז יעדער האלט אז מען דארף טון פאר די געזונט ווי די גמרא לערנט פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם און פון ושמור נפשך מאוד, און דער רמב''ן און תורת האדם שרייבט שארף אנטקעגן איינער וואס וויל נישט מחלל שבת זיין כדי זיך צו היילן, נאר זיי דינגען זיך וויאזוי עס איז די ריכטיגע וועג ווען עס קומט א מחלה מידי שמים,

די ראשונים געבן נאך סיבות פארוואס מען דארף רשות צו היילן, מען וואלט געקענט טראכטן נישט צו היילן אלץ חשש מען וועט מזיק זיין אנשטאט היילן, דערפאר זאגט די תורה מען זאל נישט חושש זיין (רמב''ן בתורת אדם), אדער דארף מען רשות אז א דאקטאר זאל מעגן פארלאנגן באצאלט פאר זיין ארבעט, היות ער איז מחיוב על פי תורה צו היילן, און געווענליך איז די דין אז א זאך וואס מען איז מצווה צו טון טאר מען נישט בעטן געלט דערפאר, פארדעם קומט די עקסטרע רשות אז דא מעג מען יא בעטן געלט, דער רמב''ן און תו''א זאגט יא אז דאקטעריי איז פונקט אזויווי יעדע אנדערע מצוה און מען מעג נאר בעטן שכר בטלה און שכר טרחה,

מעג מען/דארף מען היילן אנטקעגן דעם חולה'ס ווילן?

א ווייטאגליכע שאלה, וואס איז ווען דער חולה זאגט ער ער וויל נישט די יסורים וואס די רפואות די אפעראציעס ברענגן מיט זיך און ער וויל מען זאל אין לאזן אזוי ויהיה מה שיהיה, מעג מען אדער דארף מען אים היילן על כרחו? צו דארף מען שעצן זיין באשלוס,
די שאלה קען מען באהאנדלן פון צוויי זייט, צו דער דאקטאר'ס חיוב צו היילן איז תליו אין דעם חולה'ס ווילן זיך צו היילן, און צו עס איז דא א חיוב 'לאפרושי מאיסורא' היות דער חולה האט א חיוב זיך צו היילן צו דארפן מיר זיכער מאכן אז ער האלט דאס איין,

א דאקטאר האט צוויי חיובים צו היילן, איינס פון השבת אבידה וואס די גמרא לערנט ארויס אז צוריקערן זיין גוף איז אויך בכלל, און פון ולא תעמוד על דם ריעך אז מען זעט א מענטש גייט אויס איז מען מחיוב צו ראטעווען, לגבי די חיוב פון השבת אבידה איז פשוט אז עס איז נאר דא ווען יענער דארף צוריק די אבידה, ממילא אזוי אויך ביי א קראנקן אויב וויל ער זיך נישט היילן איז נישט דא קיין חיוב, און לגבי די חיוב פון לא תעמוד על דם ריעך דארף מען אריינקלערן מצד דאס וואס איז מבואר אין גמרא (סנהדרין פד:) אז אלע מצות שבין אדם לחבירו זענען אויפן יסוד פון ואהבת לריעך כמוך, און פארדעם דוקא ווען דער חבר וויל מען זאל עס טון איז מען מצווה עס צו טון, און לא תעמוד איז פשטות א מצוה בין אדם לחבירו וואלט געווען מסתבר צו זאגן אז אויב ער וויל נישט מען זאל אים ראטעווען איז נישט דא קיין חיוב, אזוי טרעפט מען אין מנחת חינוך (מצוה רל''ז בקומץ המנחה) וואס ער איז דן לגבי איינער וואס באגייט זעלבסטמארד רח''ל צו מען איז מחיוב אים צו ראטעווען, שרייבט ער אז אלץ והשבותו לו איז פשוט נישט דא קיין חיוב עס איז נישט בעסער ווי אבידה מדעת, און אויך אויף לא תעמוד על דם ריעך ברענגט ער ריאות אז עס איז נישט מחייב אויף אזא פאל, (נאר לכאורה איז מען מחיוב אים צו ראטעווען מצד אפרושי מאיסורא ער זאל נישט עובר זיין אויף לא תרצח וואס גייט אויף זיך אליין אויך,)

למעשה דער יעב''ץ (מור וקציעה שכ''ח) שרייבט יא אז לא תעמוד גייט אן אפילו קעגן דעם חולה'ס ווילן, עס.קען זיין.ער האלט אז לא תעמוד איז א מצוה בין אדם למקום, השי''ת וויל נישט מען זאל לאזן מענטשן שטארבן, אדער היות דער חולה האט נישט קיין רעכט אויפצוגעבן אויף זיין לעבן רעכנט מען זיך נישט מיט זיין מיינונג אפילו עס איז א מצוה בין אדם לחבירו,

נאך א שאלה וואס מען דארף קלערן איז צו איז מען מחיוב צו היילן א חולה קעגן זיין ווילן אלץ לאפרושי מאיסורא, א מענטש איז מחיוב צו היטן אויף זיין לעבן מקרא ומסברא, די גמרא דרשנ'ט עס פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און ע''פ סברא דארף מען לעבן כדי צו קענען מקיים זיין די תורה, אויב אזוי אין א פאל ווי א איד געבט אויף אויף זיין לעבן דארפן מיר זען ער זאל יא מקיים זיינע חיובים און זיך האלטן ביים לעבן, דאס וועט זיך לכאורה ווענדן אין די מחלוקת קצות און נתיבות (חו''מ סימן ג') צו מען איז מחיוב צו צווינגען לאפרושי מאיסורא ווען איינער וויל נישט מקיים זיין א מצות עשה,

למעשה להלכה ברענגט די מגן אברהם (שכ''ח ו') אז א חולה וואס וויל נישט מען זאל מחלל שבת זיין פאר אים דארף מען אים צווינגען צו טון וואס דער דאקטאר הייסט און מען דארף אים היילן על כרחו, ר' משה (אגרות משה חו''מ ח''ב ע''ד) שרייבט אז אויב אפילו נאך די רפואה וועט ער בלייבן א בעל יסורים א גאנץ לעבן האט ער רעכט צו זאגן אז ער וויל נישט און מען טאר נישט צווינגען, אבער אויב וועט ער נאר בלייבן א בעל מום אן קיין יסורים שרייבט ר' משה אז ער האט נישט קיין רעכט מוותר צו זיין אויף זיין רפואה, ר' שלמה זלמן אויערבאך (מנחת שלמה ערכי רפואה ח''א עמוד עד) האלט אז אויב דארף מען שניידן א האנט אדער פוס רח''ל צו ראטעווען די לעבן און דער חולה טענ'ט אז עס איז אים בעסער צו שטארבן דארף זיך רעכענען מיט זיין מיינונג און אים נישט צווינגען, (דער יעב''ץ זאגט אויך אז אויב איז דא א ערענסטע חשש אז די רפואה קען מער מזיק זיין ווי העלפן און דער חולה האט פון דעם מורא מעג מען אים נישט צווינגען דערצו),

איז מאריך זיין א חולה'ס לעבן א חיוב מוחלט?

נאך א פיינפולע שאלה, א חולה אויף וועם מען האט שוין רח''ל אויפגעגעבן אלע האפענונגען און מען זעט שוין דעם סוף, איז מען מחיוב אויסציציען זיין לעבן ווי לאנג מען קען אפילו עס גייט זיין גאר א קורצע צייט און מיט יסורים, אדער מעג מען אים לאזן שטארבן און פארשפארן די יסורים,
דאס איז זיכער אז חיי שעה האט אויך א חשיבות ווי מען זעט אז מען איז מחלל שבת אפילו נאר אויף חיי שעה, די שאלה איז נאר אויב עס איז אן אבסולוטע חיוב אויסצוציען די לעבן ווילאנג מעגליך,
און גמרא (כתובות קד.) ווערט אראפגעלייגט די לעצטע טאג פון רבי'ס לעבן, די תלמידים האבן געפאסט און מתפלל געווען, רבי'ס דינסט (וואס איז געווען א שטיקל ת''ח) איז ארויף אויפן דאך און געזאגט עליונים מבקשים את רבי ותחתונים מבקשים את רבי יהי רצון שיכופו תחתונים את העליונים, שטייט דארט אז זי האט געזען ווי רבי מוטשעט זיך מיט געפערליכע יסורים, האט זי געבעטן יהי רצון שיכופו עליונים את התחתונים און זי האט געזען אז די תלמידים הערן נישט אויף צי דאווענען האט זי אראפגעווארפן א כלי און זיי שטיל געמאכט און רבי איז אוועק, און די ר''ן (נדרים מ.)ברענגט פון די מעשה להלכה אז עס איז דא אמאל וואס מען דארף מתפלל זיין אויף א חולה אז ער זאל שוין ענדיגן זיין לעבן אויב ער האט געפערליכע יסורים און עס איז שוין נישט מעגליך ער זאל זיך היילן געהעריג,


און מער פון טרעפט מען און ספר חסידים (ס' תשכ''ג) און די רמ''א ברענגט עס להלכה ''אין גורמים לאדם שלא ימות מהרה, כגון שהיה אחד גוסס והיה אחד קרוב לאותו בית חוטב עצים, ואין הנשמה יכולה לצאת, מסירים החוטב משם, ואין משימים מלח על לשונו כדי שלא ימות, ואם גוסס ואומר אינו יכול למות עד שישימוהו במקום אחר, אל יזיזוהו משם'' און אויף א אנדערע ארט (ס' רל''ד) שטייט ''ועת למות' (קהלת ג ב), למה הוצרך קהלת לומר כן, אלא כשאדם גוסס כשנפש אדם יוצאה, אין צועקין עליו שתשוב נפשו, כי אינו יכול לחיות אלא מעט ימים, ואותן ימים יסבול ייסורין'', שטייט קלאר אז מען דארף נישט און מען טאר נישט פארלענגערן א פיינפולע לעבן פון א שטערבליך קראנקן, נאר דאס איז זיכער אז טון א מעשה בידים איז רציחה ממש וואס איז אסור אפילו ביי א גוסס, דערפאר לגבי אויסלעשען די מאשינן וואס דערהאלטן א חולה ביים לעבן איז לכאורה הארבער, אבער צו געבן מעדעצינען אדער מעדעצינישע באהאנדלונגען שטייט אין ספר חסידים אז מען זאל נישט, און אזוי פסקנ'ן די פוסקי דורנו (אגרות משה יו''ד ח''ב קע''ד חו''מ ע''ג ע''ד ע''ה מנחת שלמה ח''א סי' צ''א אות כ''ד), אז מען זאל נישט געבן מעדעצינן אויף אויסצוציען א לעבן פון יסורים, נאר זיי לייגן צו א חילוק אז זאכן וואס זענען פשוטע צרכים אנצוגיין מיטן לעבן ווי עסן טרינקען אקסעדזען דארף מען יא געבן,


די חוט השערה צווישן לעבן און טויט,

פאר יעדעם איז קלאר די חילוק צווישן לעבן און טויט, אבער וואס איז באמת דער מחלק וואס טיילט אפ לעבן פון טויט דאס איז שוין נישט אזוי קלאר, דער ענין פון קלארשטעלן די רגע וואס א מענטש ווערט דערקלערט שוין נישט בין החיים איז אומקלאר און תליו במחלוקת,
מען דארף קלארשטעלן אז קובע זיין די 'רגע המות' איז נישט קיין מעדעצינישע נושא, דאקטורים קענען בסה''כ זאגן צי דער מענטש אטעמט נאך אדער צו זיין מח לעבט נאך, אבער צו זאגן וואס הייסט לעבן און טויט דאס איז שוין פארקניפט און פארבינדן מיט פילאזאפישע רעליגיעזע הבנות, (א פולע ביאלאגישע טויט איז לכאורה נאר נאכדעם ווי יעדע צעל פונעם גוף איז פולשטענדיג אפגעשטארבן דאס נעמט עטליכע טעג,)
די אידישע הלכה איז געבויעט מיט גאר פונקטליכע הגדרות און שיעורים, איז דארף מען טרעפן וואס הלכה זאגט אויף דעם נושא, ווען איז דער רגע המות לויט די תורה,

צוויי מאל איז די נושא אויפגעברענגט געווארן אין די עולם התורה, בימי החתם סופר האט דער דוכס פון מעקלנבורג דייטשלאנד ארויסגעגעבן א פארבאט צו באגראבן א מענטש ביז דריי טעג נאכ'ן דערקלערט ווערן טויט, דאס איז געקימען נאך עטליכע פעלער ווי מענטשן וואס זענען דערקלערט געווארן טויט האבן זיך צוריק ערוועקט, און געוויסע פון די דייטשע משכילים האבן געשטיצט די פארבאט און געטעה'נט אז אזוי דארף מען טון על פי הלכה, דער חת''ס און דער יעב''ץ זענען שארף ארויס דערקעגן און מברר געווען אז ע''פ הלכה איז די זמן המות ווען דער דאקטאר באשטעטיגט אז ער איז געשטארבן, און דערנאך איז אסור צו אויפהאלטן די קבורה אלץ דעם איסור פון הלנת מת, דעמאלטס האט דער חתם סופר אפגעשריבן א תשובה מברר צו זיין אז א מענטש הייסט שוין נישט בין החיים ווען ער הערט אויף אטעמען און די הארץ הערט אויף צו קלאפן,
די צווייטע מאל ווען די שאלה איז אויפגעקומען איז געווען ווען די עולם הרפואה האט אמגעהויבן איבערפלאנצן איברים צו מענטשן וואס זייערע לעבנסוויכטיגע איברים האבן אויף געהערט צו פונקציאנירן ווי עס דארף, און די איינציגע וועג זיי צו ראטעווען איז דורך ארויסנעמען די אבר פון א מענטש וואס האלט שוין ביים שטארבן און עס איינפלאנצן אין דעם קראנקן און אזוי ראטעווען זיין לעבן, די פראבלעם איז אבער אז כמעט אלע איברים זענען נאר ווערט צום איבערפלאנצן אויב מען נעמט זיי ארויס פונעם נדבן ווען עס איז נאך דא אין אים א רוח חיים, ווייל איינמאל דער אבר איז אפגעשטארבן איז עס שוין גארנישט ווערט עס קען שוין נישט צוריקקומען צום לעבן, איז און די גוי'אישע וועלט איז די קרייטעריע אז ווען די מח-שטאם וואס דאס מאכט דעם מענטש אטעמען שטארבט אפ, דעמאלטס דערקלערט מען אים טויט, ווייל עס איז שוין נישט מעגליך אז דער מענטש זאל צוריקבאקימען זיין כח צו אטעמען איינמאל דער טייל פונעם מח איז טויט, כאטש מען קען נאך האלטן די גוף ביים לעבן דורך אטעמען מאשינען פאר א שטיק צייט אבער אייגענע כח צו אטעמען וועט ער שוין נישט האבן, און אין אזא מצב ווי דער מענטש הייסט שוין טויט אבער זיין גוף לעבט נאך במקצת איז די פאסיגע צייט ארויסצונעמען איברים צו ראטעווען מענטשנ'ס לעבנ'ס,

און די שאלה איז וואס איז די הלכה'דיגע בליק אויפדעם, דאס איז דאך זיכער אז אפילו ביי א גוסס גייט אן איסור רציחה אום פיקוח נפש איז עס נישט דוחה, אבער פון די אנדערע זייט איז דא א חיוב פון פיקוח נפש צו ראטעווען דעם קראנקן וואס דארף לעבנסוויכטיג דעם אבר, צו זאגט מען אז אזא מצב ווי די מח קאנטראל אויפן אטעמען איז טויט איז דער מענטש א מת און מען איז מחיוב צו ראטעווען דעם אנדערן חולה מיט זיינע איברים אדער ביז ווילאנג די הארץ קלאפט נאך דורך מאשינן וואס מאכן אטעמען הייסט ער נאך א לעבעדיגער און עס איז א איסור רציחה צי נעמען א איבר פון אים,

דעת ר' משה פיינשטיין זצ''ל
און אגרות משה איז דא א אומקלארקייט וואס ער האלט לגבי די קביעת רגע המות אבער שפעטער האט ער געשריבן א תשובה (יו''ד ח''ד נ''ד) אין זיין זין ר' דוד האט מעיד געווען אז דאס איז געווען זיין מיינונג, אז די אנגענימענע גדר פון די מעדעצינישע וועלט איז אויסגעהאלטן על פי הלכה און אפילו אויב די הארץ קען נאך קלאפן עטליכע טעג, אויב האט ער נישט קיין אייגענע כח צו אטעמען האט ער א דין ווי א מת, ובאמת קימט אזוי אויס פשטות אין גמרא (יומא פג), ווי די גמרא לערנט וויאזוי מען איז בודק א מענטש צו זען צו ער לעבט נאך כדי מען זאל מחלל שבת זיין פאר אים זאגט די גמרא אז אויב זעט ביי די נאז אז ער אטעמט שוין נישט איז ער א וודאי מת און מען טאר נישט מחלל שבת זיין, כאטש עס איז נאך מעגליך אז דיין הארץ קלאפט נאך, זעט מען אז עס איז תלי צו ער אטעמעט צו נישט, (אוודאי היינט וואס אפילו אויב איינער אטעמעט נישט פאר א מינוט קען מען אים נאך ראטעווען דארף מען זיכער מחלל שבת זיין פאר אים, אבער מען קען ארויסלערנען אז ווען די אייגענע כח צו אטעמען איז לגמרי אפגעשטארבן האט ער א דין פון א מת), און אזוי איז אויך די מיינונג פונעם רבנות הראשית אין ארץ ישראל אז ווען די מח-שטאם שטארבט אפ האט דער חולה א דין מת,

דעת רב וואזנער, רב אלישיב, ומנחת יצחק,
די האלטן אז ווי לאנג די הארץ קלאפט נאך כאטש ער האט שוין נישט קיין אייגענע כח צו אטעמען הייסט ער נאך ביים לעבן, לויט זיי איז נישטא קיין וועג מען זאל קענען איבערפלאנצן איברים פון א איד, (שבט הלוי ח''ז רל''ה, ר''י זילבערשטיין שיעורי תורה לרופאים בשם חמיו הגריש''א, מנחת יצחק ח''ה סימן ז ח,)

דעת הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ''ל
ר' שלמה זלמן האט לכתחילה אויך געהאלטן ווי רב וואזנר אז ווילאנג די הארץ קלאפט איז דער מענטש ביים לעבן, און ער האט דאס געבויעט אויף דאס וואס איז מבואר אין גמרא אז א מעוברת שמתה איז ברור אז די קינד איז שוין טויט פארדעם, און היות מען זעט אז אפילו נאך די דאקטוריש באשטימטע זמן פון מיתה דהיינו די טויט פונעם מח-שטאם, ווערן די קינדער געבוירן געזונט, קען נישט זיין אז דאס הייסט שוין מיתה על פי תורה, אין שבט תשנ''ב נאכדעם וואס מען האט געטענ'ט צו אים אז בזמנינו איס אנדערש צוליב די פארגישריטענע מאשינען וואס קענען דערהאלטן דעם גוף ביים לעבן אפילו מאכן טויט פונעם מח האט רש''ז מיט עטליכע דאקטורים און פראפעסארן דורכגעפירט אן עקספערימענט ווי מען האט גענימען א טראגעדיג שעפסעלע און אפגעהאקט איר קאפ (וואס דאס געבט דאס זיכער א דין מת) און ארויפגעלייגט אויף אטעמען מאשינן, און 25 מינוט דערנאך האט מען ארויסגענימען די קינד און עס איז געווען לעבעדיג געזונט און שטארק, האט מען געזען אז אפילו די מאמע איז שוין באמת טויט נאר מען האלט איר אן דורך מאשינען קען די קינד יא איבערלעבן, און ר' שלמה זלמן האט טאקע צוריקגעצויגן פון זיין פריעדיגע מיינונג און אנגענימען אז ווען די גאנצע מח איז טויט איז מסתבר אז ער האט א דין מת, נאר היות היינט קען מען דאס נאר וויסן דורך בדיקות וואס מען דארף ארומארבעטן מיט די גוף און ווילאנג מען ווייסט נישט זיכער צו ער איז טויט איז ער א ספק גוסס און מען טאר אים נישט רירן, ממילא קען מען נישט בפועל באשטימן די זמן מיתה לויטן מח, אבער אויב לעתיד וועט מען אויפקומען מיט א מהלך מברר צו זיין מות המח אן רירן די גוף החולה, אדער אויב מען האט יא בודק געווען די חולה נגד ההלכה, קען זיין אז מען וועט מעגן נעמען איברים פון אים צו ראטעווען אנדערע, אבער כהיום האט רש''ז געהאלטן אז אין ארץ ישראל דארף מען אסר'ן צו געבן איברים כדי צוריקצוהאלטן די אידישע דאקטורים פון איסור רציחה, אבער און חוץ לארץ ווי די גוים ארבעטן ממילא לויט זייערע הנחות מעג מען יא נעמען אן אבר,

עס איז דא נאך עטליכע שאלות ארום נעמען איברים פון א מת, איין שאלה צי דאס הייסט נישט ניוול המת, אבער אין גמרא איז שוין מבואר אז ניוול המת איז מותר לצורך פיקוח נפש,
נאך א שאלה די חיוב פון קבור תקברנו ביום ההוא וואס גייט אן אפילו אויף א איבר, איז חוץ די תירוץ פון פיקוח נפש איז דא וואס ווילן טענ'ן אז אויב ווערט דער אבר צוריק לעבעדיג פאלט אראפ די חיוב קבורה אזויווי די אבר איז נישט מטמא טומאת מת,
אסאך האבן מורא צו מנדב זיין א אבר צוליב די חשש אז ביי תחית המתים וועט פעלן די אבר, אויף דעם ווייזן אן די שטיצערס א זוהר אז דער גאנצע גוף ווערט נרקב אין קבר און פון דעם קליינעם אבר 'לוז' גייט מען צוריק אויפשטיין, און בכלל לייגט זיך דען אויפן שכל צו זאגן אז די קדושים וואס זענען פארברענט געווארן אין אוישוויץ גייט עפעס פעלן?

עד כאן האב איך פרובירט צו געבן א שטיקל אריינפיר און די ברייטע נושאים ותן לחכם ויחכם עוד,

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר