די מדינת ישראל טראגעדיע: פודסטעפס אויף סטעראידס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

די מדינת ישראל טראגעדיע: פודסטעפס אויף סטעראידס

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

לרגל "ה' אייר"

מיר דא אין קאווע שטיבל האבן נישט ליב צו זיצן אין א "באקס", מיר ווילן זיך ערלויבן צו טראכטן "אינדרויסן פון באקס", אזוי צו זאגן. אויב זענען מיר געוואוינט אז די וואס וויילן אין דעם באקס האלטן אז די גרינדונג פון דער מדינה איז געווען א טראגעדיע, קען מען דאך לכאורה אננעמען אז אן אינדרויסן-פון-באקס מיינונג זאגט אז די מדינה איז א ישועה פאר כלל ישראל.

לאמיר פארגעסן פון ציונות, ג' שבועות, סאטמאר וכו'. לאמיר באטראכטן מדינת ישראל מיט אונזער אידישע נשמה. מיר האבן אלע ליב אידישקייט, און מיר ווילן איר הצלחה. ווען א איד ווערט פארלוירן פון אידישקייט טוט דאס אונז וויי ביז די טיפענישן פון הארץ, און מיר קוקן ארויס אויף יעדן איד וואס איז מקיים תורה ומצוות.

אידישקייט האט צוויי חלקים: א) אמונה בה' און תורה ומצוות, ב) אידישע פאלק. אן ערליכער איד האט כמעט גארנישט מיט דעם חלק פון "אידישן פאלק". וואס האבן מיר פון דעם אז איינער איז טעכניש א איד? אז א איד איז נישט מקיים תורה ומצוות, און ער באלאנגט צום אידישן פאלק נאר ווייל זיין מאמע איז א איד, וואס האט דאס מיט אונז איינגעלייגט? מיר האבן בעיקר אן אינטערעסע אין דעם ערשטן חלק, אמונה בה' און תורה ומצוות. דער צווייטער חלק איז נוגע פאר די טעכנישע חלקים פון גיטין וקידושין און האט גארנישט מיט די נשמה פון א איד.

א גרויסע טענה פון די אוהבי מדינת ישראל איז אז אין אמעריקע איז דא א גרויסע אסימילאציע ראטע. פרייע אידן פאלן אוועק אין די מאסן, און האבן ל"ע חתונה מיט גוים און גוי'טעס. אבער אין מדינת ישראל, טענה'ן זיי, איז דא א שטארקע "לאומיות", אידישע פאטריאטישקייט, און אסימילאציע איז כמעט נישט פארהאן. לויט זיי איז די מדינה א ישועה פאר אידישקייט, ווייל עס היט אפ אידן פון אסימילאציע, און היט אפ די אידישע צוקונפט.

דער אמת איז אבער אז ווי ווייטאגליך אסימילאציע איז, איז נאך פיל מער ווייטאגליך ווען אידן לייקענען אין דעם מציאת ה' און זענען נישט מקיים תורה ומצוות. אמת, אין אמעריקע פאלן א סך אידן אוועק פון דעם אידישן פאלק, אבער אין אמעריקע, אויב איינער וויל זיך פארבינדן מיט זיין אידישע נשמה, וועט ער דאס טאן דורך דערנענטערן צום אויבערשטן און די תורה הק'. אין מדינת ישראל רעדט ער זיך נעבעך איין אז מיט ציונות און לאומיות איז ער שוין א פארטיגער איד.

א ביישפיל בזעיר אנפין איז די ארגאניזאציע הידועה לשמצה "פוטסטעפס" דא אין אמעריקע. פוטסטעפס העלפט אידישע קינדער וואס האבן ליידער פארלאזט דעם ריכטיגן דרך זיך "איינגלידערן" אין די גוי'אישע וועלט און מיט אנדערע וואס זענען אראפ פון דרך, און זיי באקוועם מאכן מיט זייער באשלוס אפצולאזן תורה ומצוות. איך דארף נישט אויסשמועסן אז מיר פארדאמען די ארגאניזאציע מכל וכל, און מיר זעען אין זיי די אבי אבות הטומאה. וואס טוען זיי דען אזוי שלעכט? פרעגט זיך די פראגע. דער תירוץ איז אז זיי מאכן די פרייע אידישקייט "באקוועם", צופרידנשטעלנד - זיי זענען גורם אז איינער וואס איז אראפ פון דרך זאל נישט צוריקקומען צו אמת'ע אידישקייט.

וואס וואלט געווען אן פוטסטעפס? מ'קען אפילו טענה'ן אז געוויסע אפגעפארענע שטייען בעסער א דאנק פוטסטעפס. אן פוטסטעפס וואלטן זיי פארפאלן געווארן אין די גוי'אישע וועלט און אויב נישט געשטארבן פון א דראג איבערדאזע וואלטן זיי עכ"פ מסתמא חתונה געהאט מיט א גוי. מיט פוטסטעפס זענען זיי מער סטאביל און האבן א גרעסערע שאנס חתונה צו האבן מיט אנדערע אידן. מיר פארשטייען אבער גוט אז דאס איז נישט קיין טענה. ווען מ'קוקט אויפ'ן גרויסן בילד איז פוטסטעפס א סיבה פארוואס אפגעפארענע קומען נישט צוריק צו אידישקייט, הגם מ'קען אנווייזן אז "פאלקליך" גערעדט מאכן פוטסטעפס אז די אפגעפארענע זאלן ווייניגער אסימילירן.

מדינת ישראל איז פוטסטעפס אויף סטעראידס. זי איז דער גורם אז אזויפיל מיליאנען אידן זאלן נישט מקיים זיין תורה ומצוות. אמת, אפשר איז טאקע מדינת ישראל גורם אז אסאך אידן זאלן נישט אוועקפאלן צו אסימילאציע, אבער פון אומאסימילירטע פרייע אידן האבן מיר גארנישט. אין אמעריקע פאלן טאקע אוועק מער אידן צו אסימילאציע, אבער אויב וואלט מדינת ישראל נישט עקזיסטירט וואלטן פרייע אידן איבעראל געוואוסט אז כדי צו זיין א איד איז נישט גענוג לאומיות און ציונות – מ'דארף מקיים זיין די מצוות ה'.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר