ותשחק ליום אחרון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
קאנטאקט:

ותשחק ליום אחרון

שליחה דורך אתא קלילא »

א גוטען טייערע חברים
דאס איז א צוואת שכיב מרע אין א מכתב פרידה פון מיר צום שטיבל היות כהאב באקומען א אזהרה אז מ'גייט מיר אויסשפארען ביז תחיית המתים צו טרינקען קאווע דא אין שטיבל פון מארגען איז לכן היינט מיין לעצטען טאג דא אין איך וועל מקיים זיין דעם פסוק ותשחק ליום אחרון.
איך מיז זאגען בפה מלא אז סאיז נישט דא נאך אזא מין פלאץ וי קאווע שטיבל מיט אזויפיל קלוגשאפט אין חכמה מיט אזא מין ברייטקייט ארויס פון באקס אין כהאב זיך געפריידט צו זיין א חלק פון שטיבל מיט מער וי די איין באקאנטע ניק מיינע
ענק האבן מיר געמאכט לאכען אין וויינען בחדא מחתא באחור כמלפנים ייש"כ
איך ויל זאגען פאר ווער עס איז מיר חושד אין דעם אז איך בין חיים שאולזון אז ענק האבן גוט צוגעטראפען און נישט חושד בכשרים געוועהן, אין טאקע איך בין דאס :lol:

אזוי וי די הנהלה רוחניית אין זייער חברא קדישא קדהל קאווע שטיבל זענען דא שוין לעבען מיין בעט, די מלאך המוות פון שטיבל גייט מיר צושפארען ביז משיח'ס טאג בעהט איך אלעמען איבער ווייל יום המיטה כיום הכיפורים ויום המיתה כיום העצמאות איז ביטע זייט'ס מוחל בלב שלם כי לא נתכוונתי באופן אישי
אויב איך וועל נישט שרייבען דא קענט איר ליינען מיינע מאמרים אויף מיין בלוג 'בעולמם של חרדים '.....
777 תגובות זענען גענוג אין נאך געוועהן פאר מיר אונטער דעם ניק מדארף אויך לאזען פלאץ פאר מיין צווייטע....
וכשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה
אזוי איז דאס דור הולך וניק בא וקאווע לעולם עומדת כ'וועל צוריקומען מיט נאך א ניק אויזער מיין צווייטע ניק.
ורוכב ערבות שש ושמח בבוא אליו נפש נקי וצדיק.
ובזה חתמתי בפרישה
תורתי הנה היא לפניכם פרושה
צוויתי לכם אותה מורשה
זכרי תורת אתא

לא היו ימים טובים לקאווע כיום חסימת אתא.
ולא היו ימים טובים לאתא כיום חתימתו מקאווע
עליונים ששו ותחתונים עלזו בשמחתינו
אכלו משמנים ושתו ממתקים ואמרו לפניו שירה חדשה
אלעס מיט א שמייכעל, אינשאללה אללה הוא אכבר.

ידידכם אתא קלילא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אתא קלילא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר