קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]פון זייט מיר ווייסען די היסטאריע זענען מענטשען נישט צופרידען מיט די פשוט'ע מעשה פון זייער לעבן, דער לעבן איז מלא חסרונות והגבלות, און האבן אויסגעטראכט פאנטאסטישע מעשיות וועגן וואס געשעהט נאך מען שטארבט, פאר מען ווערט געבוירען, אדער בכלל אין אנדערע אלטערנעטיווע עולמות ווי אלעס איז מוראדיג פאנטאסטיש. אדער וועגן ווי משיח גייט קומען און ווי לעתיד לבוא וועט אלז זיין געוואלדיג. אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז א סימפטאם פון רעליגעזע אמונה תמימה וואס נוצט די פאנטאזיעס פאר פארשידענע צרכים. שטעלט זיך אבער אויס אז למעשה אפילו ביי אזעלכע וואס זענען כופר אין יעדער אמונה דתית טראכטען זיי אויך די זעלבע סארט פאנטאזיעס און מאכען אויך די זעלבע סארט מעשיות אז זייער לעבן און וועלט זאל זיין גרעסער ווי עס איז. ביי טייל אנערקענען זיי אז דאס איז טאקע א פאנטאזיע און פיקציע אויף זיך אביסעל דערהייבען פון דער טאגטעגליכע שוועריקייט. אבער ביי א טייל נוצט מען די סייענטיפישע מושגים אויף השערות רחוקות מן השכל והדעת אין אין קאנטעקסטס וואס קיין שום טריקענע דרישת החכמה והאמת וואלט נישט אנגעקומען צו דעם, מוז מען זאגען אז דער זעלבער מענטשליכע דראנג וואס האט אויסגעטראכט די אלע רעליגיעזע מעשיות טראכט אויס די.

פון די סארט רעכן איך כל מיני סייענטיפישע נבואות וועגן דער עתיד, למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז, אדער אז מען וועט אויסטרעפן וויאזוי מער נישט צו שטארבען, פארשידענע תקוות וואס זענען בפשטות קעגן די שכל הישר און ערפארונג פון סייענס, אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח שטיפט זיי צו גלייבען אין די כמו סייענטיפישע נבואותער.

היינט האב איך געטראפען א דוגמא נפלאה לכך. כידוע לכל (אדער נישט ? :? ) גודל השבר ווען זאין מאליק, פון די גרויסע סטארס פון דער יוגנטליכער בענד וואן דיירעקשין האט מכריז געווען אז ער טיילט זיך אפ פון די גרופע. טייל האבען גאר געזאגט אז מיום שחרב קבוצת הביטלס איז נאכנישט געווען אזא חושך ואפילה אויף דער וועלט. הכלל, וואס טוהט מען אין אזא צרה, מגייט צו די צדיקים צו די נביאים זאלן אונז מחזק זיין אז אויף יענער וועלט וועט זיין גוט, אדער וואס. איז מען געגאגנגען צו דער כהן גדול פון היינטיגע פיזיקס מוהר"ר סטיווען הוקינג זאל זיין געזונט,וכה דיבר: וויבאלד מיר ווייסען דאך אלע די מולטיווערס טעאריע, וואס זאגט אז פאר יעדער פיזישע אפשרות אויף דער וועלט איז בעצם דא א צווייטער וועלט ווי עס איז געשעהן אנדערש, ממילא האט איר זיך נישט וואס צו טרויערן טייערער קינדער, דאס וואס ער האט אפגעלאזט די גרופע איז דאך נאר ביי איין געוויסער וועלט, פארהאן אבער א צווייטער יוניווערס אין וועלכער מאליק שפילט נאך פעסט אין די בענד, דאס וועט זיין אייער טרייסט חזקו ואמצו.

ובלשונו הטהור
"My advice to any heartbroken young girl is to pay close attention to the study of theoretical physics. Because one day there may well be proof of multiple universes," he said. "It would not be beyond the realms of possibility that somewhere outside of our own universe lies another different universe—and in that universe, Zayn is still in One Direction.


און דער עולם איז אהיימגעגאנגען מחוזק מדבריו הקדושים. פארזיכערט אז אין א צווייטער יוניווערס שפילט נאך דער באליבטער זאין אין וואן דיירעקשין כולם אהובים כולם ברורים ינוחו בשלום זאלן זיין פאר אונז א מליצה ישרה פאר דער קאסמאלאגישער מולטיווערס.[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר