יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

שליחה דורך פלאוויוס »

געווען איז דאס מיט יארן צוריק. די נאכט איז צוגעפאלן און די פייערונגען האבן זיך אנגעהויבן. איך האב אויף אן אופן מיטגעהאלטן פונדערווייטנס די אפיציעלע צערעמאניע וואס איז פארגעקומען אין ירושלים, וואו כ'האב געהערט אויסזינגען פסוקים פונעם תהלים, טיפע ווערטער פון לויב און דאנק אויף דעם טאג, און צום סוף האט זיך די צערעמאניע געשלאסן מיטן שיר המעלות אויף דער מעלאדיע פון "התקוה". די וואס קענען דעם "התקוה" ווייסן אז דאס איז למעשה א טיף-אידישליך ליד, וואס ענדלט מיט גארנישט צו די וועלטליכע מעלאדיעס. אויב די דייטשן זינגען וועגן זייער סופעריאריטעט איבער אנדערע פעלקער, און די פראנצויזן זינגען וועגן דעם בלוט פון די שונאים וואס וועט זיך גיסן ווי וואסער, זינגט זיך אינעם "התקוה" נישט מער ווי דער דורות'דיגער אידישער וואונטש, נישט צו פארגעסן פון ציון.

דאס איז נישט געווען וואס איך האב ערווארטעט צו הערן און זען ביי מענטשן וואס האבן זיך אויסגעקליבן צו זיין "ככל הגוים בית ישראל". די אידישקייט וואס האט געשטארט פון יעדן ווארט, די צעגאסענע געפילן פון דאנקבארקייט, וואו שמחה און תפילה פאלן זיך צוזאם, האט מיך דערמאנט אינעם מוצאי יום-כיפור. נישט אנדערש, נאר דער יום הזיכרון איז געווען דער ערנסטער טאג, דער טאג פון טרערן און אנדענק, און באלד צונאכטס אזא שמחה, ווען דאס גאנצע פאלק זינגט אין עקסטאז "אשרי העם שככה לו". אדער אפשר האט עס מיך דערמאנט אין דער מגילת אסתר וואס אידן ליינען אויפדערנאכט פון תענית אסתר, ווען דער פאסט-טאג גייט אריבער דירעקט פון טרויער צו שמחה.

איז דאס נישט כאראקטעריסטיש צו דער אידישער היסטאריע, אריבערצוגיין פון טרויער צו פרייד דוקא פלוצלונג, אין איין נאכט? אסתר האט געראטעוועט די אידן אין פרס אין א צייט וואס אידן האבן נישט געזען קיין אויסוועג, המן איז געפאלן פון שפיץ לייטער צום תהום אין איין טאג, און מיט ארום זיבעציג יאר צוריק האט זיך דאס אידישע פאלק אויפגעהויבן פון דער שוידערליכסטער ערפארונג וואס סיי וועלכע פאלק האט נאר אמאל געזען, זיך אפגעשאקלט די קליידער, און זיך דערזען מיט אן אייגענעם לאנד אין בלויז דריי יאר שפעטער (!). וועלכע פאלק וואלט געווען בכח אריבערצוגיין אזוי דראסטיש פון חורבן צו אויפבוי?

אין דעם טאג זאגן מיר נישט קיין הלל, ווייל מיר האבן זיך אליין געבינדן אין שטריק. אונזערע רבנים זאגן כסדר אז "מיר זענען מער נישט בכח איינצופירן תקנות היינטיגע צייטן". דערפאר קענען מיר נישט אריינשטעלן תשעה-באב קינות אויפ'ן לעצטן חורבן אין אייראפע, און דערפאר קענען מיר אויך נישט איינפירן הלל אין יום עצמאות. אבער דארף דען נישט שיבת ציון זיין די ענדע צו אונזער רעליגיעזן אומפאטענץ? דארף דען נישט שיבת ציון צוריקברענגען אונזער רעליגיעזע שעפערישקייט, ווי ס'איז געווען אין די צייטן פון די נביאים? קען דאס זיין אז אונזער כח איז אזוי שטארק אויסגעלאפן אין גלות אז מיר זענען שוין נישט ביכולת צו טון אפילו אזא קלייניגקייט, ווי אנערקענען אז עפעס א טויש האט זיך געשאפן אין דער היסטאריע פונעם אידישן פאלק?

א פיזישע גאולה איז טאקע נישט ווערד כל זמן ס'איז נישטא קיין רוחניות'דיגע גאולה, אבער מיר אליין זענען די וואס האלטן אפ די רוחניות'דיגע גאולה, מיט'ן עקשנ'ען זיך אז ס'איז נאכנישט געקומען די צייט. איך מיין נישט דערמיט די גאולה שלימה, ניטאמאל מיין איך די אתחלתא דגאולה, נאר איך מיין פשוט און גראד דאס וואס אונזערע אויגן זעען – דער אומקער פון אידן קיין ארץ-ישראל. דאס אליין איז גענוג א גרויסער טויש אין אונזער פיזישן מציאות וואס וואלט געמוזט נאכשלעפן א רוחניות'דיגע טראנספארמאציע.

אזעלכע אויסדרוקן ווי "אין אנו בקיאים", אדער "מיר האבן נישט די כוחות", און דאס גלייכן, מעגן שוין ווערן אוועקגעלייגט אין מיסט-קאסטן. דער אומקער פונעם אידישן פאלק צום לאנד פון די אבות מוז נאכברענגען מיט זיך אן אומקער פון דער אמת'ער שפרודלדיגער אידישקייט. טעארעטיש וואלט מען געקענט מחדש זיין דעם סנהדרין, אבער אפילו ווען מ'האט עס נאכנישט געטון מוז מען אנערקנען אז די רעליגיעזע מוסקלען האבן זיך ווידער געשטארקט, מ'קען ווידער איינפירן תקנות, מ'קען ווידער אויפלעבן די עבודת השם וואס איז געגאנגען א גאנג אין גלות און האט פארלוירן יעדן ברעקל חיות. מער מוז עס נישט זיין א מעכאנישער מאשין וואס קען זיך נישט צופאסן צו דער רעאליטעט פון דער צייט, ווייל אינאיינעם מיט שיבת ציון קערט זיך אום דער רוח הקודש צום אידישן פאלק.

שאי עיניך מרחוק, זע ווי אידן זענען געקומען צופארן פון אלע עקן וועלט, צעשפרייטע מינאריטעטן פון אלע ווינקלען, און האבן געשאפן א פאראייניגטע מערהייט אין דעם לאנד וואו זיי זענען געווען די מערהייט מיט צוויי טויזנט יאר צוריק. כולם נקבצו באו לך, אויף אן אופן וואס מ'האט נישט געזען אפילו בזמן בית שני. ווען מיר זעען ווי קליינע קינדער לויפן ארום אויף די גאסן פון ירושלים, ווי די בערג פון יהודה זענען ווידער אנגעפילט מיט אידישע פעלדער און וויינגערטנער, איז דא א אידיש אויג וואס קען בלייבן טרוקן? דאס הארץ פלאצט פון פרייד, און מיר זאלן נישט זינגען שירה?

קומט מיט מיר, ווער ס'קען, און לאמיר אינאיינעם זאגן הלל. מיט א הייליגן ציטער, מיט ברענענדיגע ליפן, לאמיר אנהייבן די ברכה, און דאנקען דעם באשעפער אויף דער אומגלויבליכער אנטוויקלונג וואס מיר האבן דערלעבט. מיט דעם וועלן מיר אויסדרוקן אונזער דאנק נישט בלויז אויף דעם שטיקל ערד, אויף דער טיילווייזער נחמה פון ציון, נאר אויך אויף דעם וואס מיר וואקסן אריין אין א דור וואו אידישקייט באקומט צוריק אירע אמאליגע פליגלעך, איר אמאליגע נשמה, און מיר קענען ווידעראמאל שפינען אונזער שנור פון די ימי התנ"ך.

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר