אסיפת הרבנים אין די יעצטיגע מינוטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

אסיפת הרבנים אין די יעצטיגע מינוטן

שליחה דורך עזריאל »

היינט אינדערפרי איז באקאנט געווארן אז ס'גייט פארקומען א אסיפת הרבנים וועגן די דירות קריזיס אין וויליאמסבורג.
וואס מ'גייט דארט רעדן און וואס די לעזונג גייט זיין איז קיינעם נישט באקאנט.

דא ציטיר איך ווערטער פון א אייוועלט שרייבער וואס האט יא ארויסגעברענגט אביסעל וואס ער ווייסט אבער כנהוג דארט איז עס נאך צוויי מינוט אראפגעפלויגן, איך האב עס שוין אבער געקאפיט במילא לייג איך עס דא ארויף.

די אסיפה גייט זיין מיט אסאך בילדערס אין פראפערטי אונערס אין אומגעגענט פון וויליאמסבורג וואס איז מעגליך צו בויען פאר יודן.

די גאנצע אסיפה איז פאררופן געווארן דורך מנחם גרשון לעבאוויטש וואס ער גייט יעצט בויען אויף קאסקעיד 400 דירות, וויל ער זיכער מאכן אז ער בלייבט נישט די נאר פון שטאט און יעדער זאל מיטטאנצען מיט אים, סאטמאר וויליאמסבורגע רב גייט זיך דארט געפינען, און ס'איז פאררופן 150 רבנים, צוזאמען מיט אסאך בילדערס, איז אגב וואס כאב ערשט האנטינג מיטגעהאלטן תיכף וואס דא אייוועלטער רופן אן מהרי"י פאר הירא מיטן פרענאונסען די בלומענבורג שטעטל, האב איך דעמאלס מיטגעהאלטן אז די גרויסע קעפ פון זיין קהלה ווי זיינע ראשי קהלה האבן עס אפגעשטעלט די איידיע בכלל פון בלומענבורג און זיי שטערן בכלל פון מאכן אפיציעל א שטעטל אדער שטיפן פאראויס א בוי פאריעקט אויסער די שטאט, פשוט און פראסט טאמער וויליאמסבורג ווערט אויס אזוי שטארק ווי ביז יעצט און ס'איז נישט נומבער איינס, זענען די ראשי קהלה קיין נומבער און באקומען נישט זייער כבוד וואס זיי דארפן צום אטעמען. בערך דאס זעלביגע וויל יעצט מנחם גרשון לעבאוויטש, ער האט קוים עטוואס זיך אריינגעלייגט אין זיינע מוסדות שווערע מיליאנען, און טאמער וועט ווערן א שוואכקייט אין ווילי, אפילו נאר אביסל, איז ער אין אנדערע ווערטער אויס קאפיליטש מאכער, וויל ער זיין די הירא, אין וויליאמסבורג זאל זיך בויען דירות, אבער פון די אנדערע זייט איז ער א בעל החלומות, ער קען נישט געוועלטיגן אויף יעדע פראפערטי, ס'איז דא צענדליגע פראפעטיס וואס איז נישט מעגליך נאכצוקומען די פרייזן עס אפצוהאלטן און אפילו נישט, צו בויען דירות פאר 700,000 דאלאר אפילו אפאר טויזענט אזאנע דירות און רענטעל דירות פון 3000 דאלאר א חודש, איז ביי מיר בכלל נישט ארויפגעקוקטע ראשי קהלה, נאר רויבערס וואס זיצן על כסא ממלכתו, און געבן ארדערס אז בני קהלה זאלן גיין אין שפאן מיט אים, אזא מיטונג אין קאנטינענטל דארף ווען זיין היה לא תהיה,

ווען אונז תושבי וויליאמסבורג האבן שכל, קומען ארויס זקנים עם נערים, און פראטעסטירן פארנט פון זאל אויף אלע רבנים און ראשי קהלה, סתם בלוט צאפערס אן קיין טראפן יודיש הארץ, זאלן זיי נעמען זייערע פאוער וואס זיי האבן, געלט און צייט, און זייער כח השתדלנים ביי פאליטאשענס, און בויען שטעטלעך, דערפלעך, געבן א בוסט פאר בלומענבורג, לעיקוואד, זשערסי סיטי, סטעטן איילענד, טשעסטער, קרית יואל, מאנסי, יעדער וועט עדות זאגן וווען מערעדט מיט א פרעמדען גוי פארשטייט ער נישט ווי די יודן האלטן עס אויס דא , נישט נאר די געלט חלק, די טראפיק, פארקינג, עניטינג, סאיז אזוי ארויס פון מענטשליכע באוועגונג צו וואוינען דא, ברוחניות ובגשמיות, פרעג עני וואן וואס האט אוועק געמופט לעצטענס, ער פארשטייט נישט וויאזוי ער האט געקענט וואוינען אין אזא שטאט, די דאזיגע ראשי קהלה דערמאנען פון דער אלטער היים וואס פלעגן געוועלטיגן מיט בארבארישקייט אויפן ציבור, איך זוך נישט צו העצן קעגן רבנים, אבער רוב רעבילעך וואס גייען זיין די ביי די מיטונג האבן די זעלבע פראבלעם ווי די ראשי קהלה, טאמער די עולם מופט בלייבן זיי אן מענטשן, איך רעד פון די קליינע בתי מדרשים, נישט קיין קהלות, אבער נאך אלע מעשות ווער ס'האלט מיט, גייען פון אנגעהויבן יעצט שבועות ביז ראש השנה, אוועקמופן אפאר הונדערט משפחות פון ווילי קיין מאנרא /מאנסי.

דער אשכול פארמאגט 97 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר