א כשר׳ע שטיקל חזיר פלייש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

א כשר׳ע שטיקל חזיר פלייש

שליחה דורך פארוואס? »

יצחק גייט אהיים רואיגערהייט פרייטאג צו נאכטס נאכן פארברענגען מיט זיינע פריינט, ער באקומט א טעקסט-מעסעדזש פון זיין ווייב: "איך האב מיר שוין געלייגט שלאפן, ביטע מאך צו די לייט אין דיינונג רום ווען די קומסט אהיים, און אויב עס באדערט דיר נישט צו אוועק פאקן די איבערגעבליבענע בעיקאן פון די סעודה".

וואס גייט דא פאר? רעדן מיר דא פון אן ארטאדאקסישער איד? טעקסט זיך אין שבת, לעשט אויס לייטס, און עסט בעיקאן פאר די שבת'דיגע סעודה.

דער ענטפער איז: יא. מ׳רעדט דא פון איינער וואס פארלעצט נישט קיין איין הלכה אינעם שולחן-ערוך, און קען ווערן אנגערופן מיטן פולן רעכט אלס אן ארטאדאקסישער ייד.

איז אזוי, פאר די טעקסטעריי נוצט ער אונזער באקאנטע שבת-עפפ, אזוי אז עס איז נישט פארהאן קיין שום חשש חילול שבת. ווידער,פאר די לייט נוצט ער די קאשער-סוויטש, אזוי אז ער איז נישט עובר אויף קיין שום איסור על פי דת תורתינו.

אבער וואס טוהט זיך מיט די בעיקאן? הייתכן?! אן ארטאדאקסישער ייד עסט חזיר פלייש בריש גלי?

נו, לאמיר אייך באקאנט מאכן מיט א סייענטיפישע פארשריט, וואס כאטש עס איז נאכנישט אין פולן אמט היינטיגע צייטן, אבער עס וועט בקרוב זיין אן אמת׳ער מציאות.

לאמיר זיך באקאנט מאכן מיט א ביאלאגישע מושג וואס הייסט cloning, אדער אין עברית הייסט עס "שיבוט", דאס איז א וועג וואס א בעל-חי (אקטועלי, יעדע זאך וואס לעבט) קען געבוירן א צווייטע בעל חי אהן דעם וואס ער זאל נוצן א פרעמדע בעל חי, (אנדערש ווי די געווענליכע נאטורליכע וועג וואס בעלי חיים אין אלגעמיין פרעדוצירן זיך).

דא רעדן מיר פון א געוויסע טעכנאלאגיע וואס מ'קען אין א לעברעטארי, נעמען צעלן פון א בעל חי, און פראדעצירן פון דעם נאך און נאך צעלן. אין טעאריע, איז גענוג איינצעלנע צעלן פון א קוה (מ'דארף איהר ניטאמאל שחט'ן, און מ'קען דערפון סופלייען טאנען פון פלייש פאר אייביג און מ'וועט מער קיינמאל נישט דארפן נוצן נאך בעלי חיים (בדרך אגב, א גוטע בשורה פאר די וועדזשעטעריאנס).

פאר צוויי יאהר צוריק, האבן שוין סייענטיסן פארגעשטעלט פאר עסן-אינספעקטארס, און זיי האבן געטעיסט פון די פלייש, זייער רעאקציע איז געווען, אז עס פיהלט כמעט פונקט ווי ארגינעלע פלייש.

ווי ערווארטעט איז שוין די הלכה'דיגע נושא ארויף על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן. מ׳האט שוין דן געווען דערויף כדת של תורה, זה בונה וזה סותר.


הרב צבי רייזמאן שליט״א פון לאס-אנדזשעלעס (מחבר ספרי רץ כצבי, ועוד), האט מאריך געווען אין דעם נושא, אין סורפרייזינגלי קומט ער ארויס מיט א היתר, וויבאלד עס איז בטל בששים (אדער באלף), און נאך כמה וכמה צירופים. ער שרייבט דארטן אויך אז מ'מעג עס אזעלכע פלייש מיט מילך.

זעלבסט פארשטענדליך, אז די אוסרים בלייבן נישט שולדיג, און זענען מנמק זייערע טעמים לאסור בטוב טעם ודעת.

ווארט-זאגער און עקספערטן וועלן זאגן, אז עס וועט מקויים ווערן פולקאם די באקאנטע מדרש, (יעצט גיי פרעג מיר ווי עס שטייט? איך ווייס נישט, אזויפיהל ווייס איך אז דער אור החיים ברענגט עס אין פרשת שמיני). למה נקרא שמו חזיר? לעתיד לבוא הקב"ה מחזירו להיתר.

תלמידי חכמים ווייסן צו צייכענען די גמרא (חולין דף ק"ט ע"ב), כל דאסר לן רחמנא שרא לן כוותיה, אסר לן דמא - שרא לן כבדא ... חזיר - מוחא דשיבוטא. (ווי אויבן געשריבן, אין עברית ווערט אט די טעכנאלאגיע אנגערופן "שיבוט").

ערליכע אידן בכל מקומות מושבותיהם קוקן ארויס מיט שפאנונג, אז די מאמר חז״ל זאל שוין טאקע מקויים ווערן, און באטראכטן עס אלס איינע פון די סימנים פון די גאולה הקרובה לבוא, בב״א.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר