פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]דעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות, וואס איז געווען א דריי טאגיגער יום טוב, איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון עטליכע מענטשן די זעלבע זאך, אז זיי האבן נישט קיין געדולד צו אזא לאנגע יום טוב, ביים דריטן טאג יום טוב זענען זיי שוין געווען מער אינדרויסן פון די גלייזן ווי אינעווייניג, דער יום טוב איז זיי שוין באמת געגאנגען אויף די נערווען און זיי האבן קוים געווארט צו פטור ווערן דערפון און זיך צוריק געפונען אין אפיס ביי די ארבעט ווי א נארמאלער מענטש.
דאס האט מיר געמאכט טראכטן. וואס איז די סיבה אז מענטשן זאלן נישט ליב האבן א יום טוב, אזוי ווייט אז ווען דער יום טוב ווערט לענגער מיט נאך איין טאג, קענען זיי עס שוין מער נישט אויסהאלטן.
ווען איך דארף ווען נישט צוריק גיין צו די ארבעט פאר פרנסה, וואלט איך הנאה געהאט ווען דער יום טוב וואלט זיך פארצויגן פאר נאך דריי וואכן, וואס שטערט עס מיר צו פארברענגען מיט די פאמיליע ביי א שיין געדענקטן טיש? מען פארברענגט צוזאמען, מען עסט צוזאמען, מען שמועסט צוזאמען, מען שפאצירט צוזאמען, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם?
ביי אסאך מענטשן איז עס אבער נישט אזוי, ווען זיי זיצן אויפן פאטעל מיט די פיס ארויף, שפירן זיי ווי די הויט ברענט זיי, און זיי ווילן זיך שוין זען צוריק ארבעטן און הארעווען כשור לעול וכחמור למשא.
וואס איז דער פשט פון דעם?

איך קלער אז די סיבה דערצו איז ווייל מענטשן האבן זייער מורא זיך צו טרעפן מיט זיך אליין, מענטשן האבן נישט ליב זיך אליין צו קענען, איינמאל ער וועט זיך דארפן גוט באטראכטן פון דער נאנט, ער וועט דארפן אפשאצן זיינע כוחות, ער וועט דארפן אריינקלערן וואס זענען זיינע מעלות און חסרונות, עס וועלן געבוירן ווערן פראגעס פארוואס ער לעבט און וואס זיין ציל איז דא אויף דער וועלט, דאן וועט ער מוזן טרעפן ענטפערס אויף די אלע שווערע קשיות, און צו דעם האט ער בהחלט נישט קיין געדולד.

ווען עס קומט אזא דריי טאגיגער יום טוב, פון אנהויב איז מען נאך פארנומען זיך אביסל אויסצושלאפן און צו עסן, אבער נאך א טאג צוויי ווען מען איז שוין גוט אויסגעשלאפן נאך מער וויפיל מען קען, דאס עסן רינט שוין פון דער נאז, ער זיצט שוין יעצט מיט די פיס ארויף און בלית ברירה מוז ער זיך טרעפן מיט דעם אומבאקאנטן פארשוין וואס רופט זיך 'איך'. דער 'איך' מענטש איז דער לעצטער מיט וועמען ער האט זיך געוואלט טרעפן, אבער דאס איז עס, ער איז פארשפארט מיט אים אין איין צימער, ער קען נישט אנטלויפן צו די ארבעט אדער צום טעלעפאן, ער מוז כאפן א שטיקל שמועס מיט דעם מענטש, און דאס קען היבש גיין אויף די נערווען.

'וואקאציע' האט אמאל געמיינט אז מען איז אוועק געפארן פונעם טאג טעגליכן טומעל, מען האט אלעס איבערגעלאזט אינדערהיים, און מען איז געפארן זיך אויסלופטערן מיט זיך אליין און מיט די פאמיליע, מען איז ארום געפארן צו אינטערעסאנטע פלעצער הנאה צו האבן און זיך אויסטשוכענען. דער מושג איז אבער שוין היבש פארגעסן געווארן, היינט ווען מען פארט אויף וואקאציע, וועט יעדע סטאנציע ווערן אפדעיטעט אויף פעסבוק און אינסטערגראם, יעדער זאל מיטהאלטן וואו מען איז אלס געווען און ווי אזוי איז עס געווען.

עס איז אפשר א שיינע זאכן צו איינמעלדען פאר חברים און באקאנטע מיט וואס מען האט פארברענגט. פארוואס זאלן זיי זיך נישט מיטפרייען מיט דיין שמחה. אבער לאמיר פרובירן צו אנאליזירן וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס יעדע זאך מוז ווערן אפגעכאפט און ווייטער פארשפרייט.

אויבנאויף מיינט א מענטש אז ער קען זיך זייער גוט, אבער רוב מאל איז דאס נישט דער אמת, עס איז שווער צו קענען א מענטש אן צו כאפן א געהעריגע שמועס מיט יענעם, אים אויספרעגן וואס זיין ציל אין לעבן איז, וועלכע זאכן מאכן אים פרייליך און וועלכע מאכן אים טרויעריג. סתם פון זיך דרייען נעבן א מענטש, קען מען נאר אויפכאפן אביסל אויבערפלעכליך וואס יענער איז, אבער פון דעם קען מען נאכנישט ארויסהאבן קלאר יענעמ'ס מהות.
ווער האט דען אמאל געכאפט א שמועס מיט זיך אליין? נאר א משוגענער. נו, ווי אזוי זאל דען א מענטש זיך אליינס ארויסהאבן?

ווען א מענטש וועט זיך אבער יא נעמען אמאל עטליכע מינוט און כאפן א שמועס מיט זיך אליין, אדער נאך בעסער אויב כאפט ער דעם שמועס מיטן אייבערשטן, קיינער הערט זיך נישט אונטער, קיינער ווייסט נישט וואס עס ווערט אויסגעשמועסט ביי דעם מיטונג, נאר דער מענטש מיטן רבש"ע. דער מענטש הויבט אריינצוטראכטן און אויסשמועסן וואס ער וויל דא, וואס זענען זיינע נטיות, וואס האט ער שוין אויפגעטון ביז יעצט און וואס איז זיין פלאן אויף ווייטער. נאך אזא שמועס וועט ער זיך אביסל מער ארויסהאבן, און אפילו אויב אינעם שמועס וועט ארויף קומען אסאך פראבלעמען און זאכן וועלכע דארפן נאך פאראכטן ווערן, אבער איינמאל מען האט שוין אנאליזירט די זאך, קען מען שוין טראכטן פון אנהויבן פארעכטן זאכן אז עס זאל טאקע גיין אויף די גוטע ריכטונג. ווי לאנג מען האט נאכנישט געמאכט קיין דיאגנאז איז נישט שייך צו אנהויבן טראכטן פון א רפואה.

איינס פון די וועגן ווי אזוי א מענטש קען זיך בעסער ארויס האבן איז דורך דעם וואס ער באטראכט זיך גוט אין א צייט וואס ער איז פרייליך אדער טרויעריג. ער פרובירט צו ארויסהאבן וואס זענען די זאכן וועלכע מאכן אים פרייליך און פארוואס, און וואס זענען די זאכן וועלכע מאכן אים טרויעריג און פארוואס. אריינטראכטנדיג אין דעם קען דאס גאר שטארק ארויסהעלפן צו דערגיין די מדות פונעם מענטש און זיינע נטיות.

און אזוי ווי דער מענטש וויל דאס פארמיידן. עפעס אן אינערליכע געפיל לאזט אים זיך נישט טרעפן מיט זיך אליין. דעריבער וועט ער אנשטאט צו טראכטן פונעם יעצטיגן מאמענט, ענדערש טראכטן פון עפעס שפעטער. סתם צו זיצן און הנאה האבן פון א שיינע פאנאראמע איז אים נישט אינטערעסאנט, ער וועט נאר קלערן פון כאפן א בילד, ער וועט ענדערש הנאה האבן פון שפעטער איבערקוקן דעם בילד, אדער פון די רעאקציעס וואס ער וועט באקומען צו דעם בילד אויף סאשעל מידיא. קודם האט ער אפגעשטופט די הנאה אויף שפעטער, און מיט דעם האט ער באפרייט זיין מח פון דארפן טראכטן פון די יעצטיגע מינוט.

איך האב אמאל קאמפלימענטירט איינעם אז זיינע קינדער זענען צוקער זיס. זאגט ער מיר: "דאס מיינט זיס? קוק די פיקטשערס וועסטו זען וואס זיס מיינט".
אז מען קען גיין גלייך, פארוואס גיין קרום? פארוואס קענסטו נישט הנאה האבן יעצט און נעמען דעם קאמפלימענט ווי א נארמאלער מענטש?

יארן צוריק בין איך געווען ביי א חתונה, נאך די חתונה האט דער שפילער דערלאנגט פארן מחותן א הויפן קאסעטעס, זאגענדיג אז דאס איז אן אומזיסטע סערוויס וואס ער שטעלט צו, אז מען באקומען אויפ'ן פלאץ די רעקארדירונג פון די חתונה אויף קאסעטעס.
דער מחותן קוקט אים אן מיט ברייטע אויגן און פרעגט: "ווער האט דאס באשטעלט?" זאגט דער שפילער אז דאס דארף מען נישט באשטעלן, דאס געבט ער פאר יעדן איינעם. דער מחותן טענה'ט אבער אז ער האט דאס נישט באשטעלט און ער דארף דאס נישט האבן, און ער געבט עס צוריק במתנה גמורה פאר דעם מוזיקאנט.
אויף דער מינוט האט מיר דער מחותן אויסגעזען זייער קוריאז, און דאס איז טאקע אביסל עקסטרעם גערעדט. אבער פון די אנדערע זייט איז נאך מער אינטערעסאנט די מענטשן וואס זייער גאנצער קאפ און מח ביי א חתונה ליגט זיי נאר אין די רעקארדירונגען. אנשטאט זיך צו פרייען מיט די שמחה וואס פאסירט אצינד, וועט ער ענדערש אוועקלייגן די שמחה אויף שפעטער, און דאן וועט ער שוין טרעפן א צווייטע וועג צו שטופן נאך ווייטער.

פארוואס זאל א מענטש זיך פארכטן צו קוקן אין שפיגל? פארוואס האט ער אזוי מורא צו טראכטן אביסל מער פון זיך אליין? צו באטראכטן פון דער נאנט און הנאה האבן פון זיך בעת שמחה. אדער ח"ו אין א פארקערטע צייט, צו ארויסהאבן די סיבות וועלכע מאכן אים יעצט טרויעריג?[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר