דער חינוך מיתוס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

דער חינוך מיתוס

שליחה דורך יאיר »

וואו מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען דרשות איבער חינוך. זיי אזוי מחנך דיין קינד, נישט אזוי, גיב אים אריין דעם מעסעזש, נישט יענעם, זאג אים עס אויף דעם וועג, נישט אויף יענעם וועג.
וואס די אלע געלונגענע בעלי דרשנים און מחנכים און צוהערער כאפן נישט איז אז עס עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי חינוך. אויב עס עקזיסטירט יא, דאן איז דאס דער כישוף וואס מאכט חרוב קינדער אויף אייביג, ערציענדיג זיי אויף א וועג וואס וועט מיט א צויבערהאפטיגקייט ערציען פרישע דורות פון כלומר'שטע חינוך עקספערטן, אזעלכע טאטעס וואס זענען ספעציעל געאייגנט ווי אזוי צו מאכן די קינדער שפירן כאילו אויף עפעס א וועג דארפן זיי אפגעבן דין וחשבון פאר'ן עקזיסטירן, און דער תירוץ אז דער געטרייער טאטע האט פשוט געוואלט פארשפרייטן זיינע גענעס איז נישט די והותיר.
די אויפגאבע פון עלטערן איז צו געבן די פיזישע געברויכן פאר זייערע קינדער און זיי צו גיבן דעם געפיל אז זיי זענען שטענדיג אקצעפטירט און באליבט. דא הייבט זיך אן זייער אויפגאבע און דא ענדיגט זיך עס. זייער אויפגאבע איז נישט צו זיכער מאכן אז די קינדער וואקסן אויף ערליכע אידן, תלמידי חכמים, עשירים, עדיוקעיטעד, קלוג, און אנדערע מרעין מישין וואס די מענטשהייט האט ערפינדן. זייער אויפגאבע איז צו פארגעסן אביסל פון זיך און פארגעסן אביסל פון דעם קינד, און אים בלויז ארויסווייזן א שמייכל ווען ער קומט אן אהיים און גיבן א קיש ווען ער גייט שלאפן.
הערסט וואס איך זאג דיר? הער אויף פייניגן דיין אכט יעריג זון אז ער זאל גיין צו מתמידים. און זיי מוחל, אנשטאט צו גיין צו די נעקסטע חינוך אוונט, זיץ אינדערהיים און רוה דיך אויס. ליין א צייטונג און הער אביסל מוזיק, זאלסט נישט זיין אזוי נערוועז און אויספלאצן אין געשרייען ווען דיין דרייצן יעריג בחור'ל פארשפעטיגט סוף זמן קריאת שמע.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר