זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנקנאט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנקנאט

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:05 am

אין לך יום שאין קללתו מרובה 'מחברתה',אין א פרישן שריט פון די אמעריקאנער רעגירונג צו שטערן טהרתן של ישראל קומט אריין די נייעס אז די טרעזשורי דעפארטמענט שר"י האט געמאלדן אז אויף די קומענדיגע צענער באנקנאטן וועט צום ערשטן מאל אין הונדערט יאר ערשיינען א פרוי בילד אויפן ביל. ס'דא ארויסגעלייגט א וועבסייט וואו מ'קען שטימען וועלכע פרוי עס זאל זיין.

עס ווערט ערווארטעט א שטארקע וויי געשריי פון אידישע קווארטאלן, מעגליך איז אז מ'וועט פשוט נישט האנדלען דערמיט, ס'דא וואס זאגן מ'זאל אראנדזשירן אז דער עולם זאל שטימען פאר א פרוי קלינטאן בילד אויפן צענער וועט עס נישט עכט זיין אזא פראבלעם. אבער "די צייטונג" ארויסגעבער זאגט אז ער וועט דאס נישט אנערקענען און מ'וועט נישט קענען קויפן זיין צייטונג מיט א צענער.

ס'דא וואס זאגן מ'זאל נישט מאכן אן איבערקערעניש און מ'זאל רעזערווירן אלע צענערס אויף צו באצאלן קליניג לעידיס.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך אינטער_חכם » דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:16 am

אפשר קענען מען איינרייסען וועלטן זי זאל טראגן א שפיטצל, אדער כאטש א הוט? איך טראכט די ליבעראלע וואס פירען די גאנצע מעשה וועלן פארשטיין...פון א פאליטיקאל-קארעקטנעס פערספעקטיוו...
אינטער_חכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 04, 2015 2:10 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:04 am

ווי קען מען שטימען???

איך גיי פאר אלטע פייגא....
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:07 am

און איך שטום פאר שרה שארמאשער ז''ל אדער פאר גאלדא לאקס נאך נישט געהעריג מחליט געווען...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1703
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:15 am

עצה טובה אז עסקנים פון וועד לטוהר המחנה זאלן באצייטענס אנזאמלן אוצרות מיט צענערס און אוועקלייגן אז ס'זאל צורקילירן ביים היימישן עולם. כאטש ס'איז נישט א פולער לעזונג ווייל מ'דארף נאכאלץ קוקן אויב ס'איז פון די נייע אדער די אלטע אבער א הצלה פורתא איז עס פארט.

אולי זאל מען לייגן א מאושר שטעמפל אויף די כשר'ע צענערס. איך וויל זיכער נישט מיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט קינדער פון שטיבער ווי ס'קומט אריין די טריפענע געלטער
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:26 am

אין ענגלאנד איז שוין דא די קעניגען אויף די געלט פאר אסאך יארן. העכסטענס לייגט מען א סטיקער און מ'געט זיך אן עצה
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:11 am

http://thinkprogress.org/economy/2015/0 ... w-10-bill/

נומער דריי איז די ערשטע שווארצע קאנגרעספרוי ערוויילט צו ווערן צום קאנגרעס, זי האט רעפרעזענטירט דעם היימישן ניי וויליאמסבורג/בעד סטיי.

איך וואלט געגאנגען מיט נומער 2, די ערשטע קאנגרעספרוי.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2300 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:33 am

לכאורה וועט עס זיין צורתה פון ערשטע פרוי עלענאור ראוזפעלד אשת חבר כחבר פונעם פרעזעדענט ראוזפעלד.
יתכן אז די מנהלי הישיבות וועלן נישט ערלויבען קינדער צו האבען 'צענערס' ביי זיך אין טאש, פונקט ווי זיי האבען נישט צוגעלאזט די קינדער פארמאגען ביי זייער ביזנעס קארד קאלעקשען, קארטלעך וועלעכע פארמאכען 'כלה' קליידער אדער בילדער ווי א כלה שטייט פארענט פון א לימוזין, רח"ל מהאי דעתה.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:42 am

נישט געזארגט, די עסקנים וועלן אוועקשטעלן גרויסע קעסטלעך אין אלע גרעסערע שולן, וואו מען וועט קענען אריינווארפן די טריפה'נע צענער'ס...

אין ישיבה האט איך געהאט א מגי"ש וואס האט אייביג איבערגעדרייט די קוואדערס ביים געבן צדקה אינמיטן דאווענען, נישט וועלנדיג האבן פאר זיך אן פסל מיט די צורה פון א מענטש. ווען עס האט אנגעהויבן ארויסקומען די נייע סטעיט קוואדערס, און געוויסע האבן געהאט א צורה פון ביידע זייטן, האט דאס אים ממש אויפגעגעסן דאס געזונט, ער איז געווען זייער ברוגז אויף די טרעזשורי. יעצט זע איך שוין איין ווי גערעכט ער איז געווען. כשהן יורדין...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4017 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:19 am

ברסלבער האט געשריבן:נישט געזארגט, די עסקנים וועלן אוועקשטעלן גרויסע קעסטלעך אין אלע גרעסערע שולן, וואו מען וועט קענען אריינווארפן די טריפה'נע צענער'ס...

אין ישיבה האט איך געהאט א מגי"ש וואס האט אייביג איבערגעדרייט די קוואדערס ביים געבן צדקה אינמיטן דאווענען, נישט וועלנדיג האבן פאר זיך אן פסל מיט די צורה פון א מענטש. ווען עס האט אנגעהויבן ארויסקומען די נייע סטעיט קוואדערס, און געוויסע האבן געהאט א צורה פון ביידע זייטן, האט דאס אים ממש אויפגעגעסן דאס געזונט, ער איז געווען זייער ברוגז אויף די טרעזשורי. יעצט זע איך שוין איין ווי גערעכט ער איז געווען. כשהן יורדין...

איך פארשטיי ממש נישט פארוואס ער האט זיך געגעסן דאס געזינט, ער וואלט עס מיר געקענט געבן?
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:49 am

אפשר טאקע פארדעם, ווייל ער האט דיך עס געדארפט געבן האט ער זיך געגעסן
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:07 pm

אין אנדערע נייעס הערט מען אז אדמורים וועלן נישט אנעמען קיין צענערס ביים פדיון, די מינומעם וועט זיין $20.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9482 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:09 pm

און די נעקסטע כינוס כלל ישראל וועט קאסטן מער ווי א $10
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15109
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18112 מאל

הודעהדורך א איד » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm

אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.

ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך פאפיטעס » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:19 pm

דאכצעך מיר אז די טרעזשורי סעקרעטאר איז א היימישן יוד, היתכן ער שטעכט אריין א מעסער אין ריקן פון זיין אייגענעם פאלק???
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך lazar » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:22 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין אנדערע נייעס הערט מען אז אדמורים וועלן נישט אנעמען קיין צענערס ביים פדיון, די מינומעם וועט זיין $20.

און גוי'טע פרייזן וועלן צוריקגיין צו $10 א שעה, וויבאלד די צענער וועט פארמאגן א בילד פון א גוי'טע.
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:51 pm

מען דארף מאכן א יום תפילה. מען דארף זיך גרייטן לדורן, לתפילה ולמלחמה.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:33 pm

א איד האט געשריבן:אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.

ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.

א איד:....כ'האב געוואלט עפעס זאגן. אבער איך זאג נישט.... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8380 מאל

Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ

הודעהדורך א איד » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:39 pm

פארוואס זשע זאגסטו נישט?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:41 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.

ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.

א איד:....כ'האב געוואלט עפעס זאגן. אבער איך זאג נישט.... :roll:

ר' בערל, אפילו ווען ער האלט זיך איין, האלט ער זיך אויך נישט איין.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5820 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » מאנטאג יוני 22, 2015 10:08 am

אונז קענען שוין זייער גוט די רשעות'דיגע קנאים. אלס וועט מען מוחה זיין... ביז'ן גרינעם דולר
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג יוני 22, 2015 2:55 pm

שוין לאנג נישט גרין
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יוני 22, 2015 4:15 pm

זעסט, אפילו אויף דעם וואס עס איז מער נישט גרין - זענען זיי אויך נישט מוחה, ווילאנג מ'רעדט פונעם דאלער... :lol:
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:48 pm

The Treasury Department will announce on Wednesday afternoon that Harriet Tubman, an African-American who ferried thousands of slaves to freedom, will replace the slaveholding Andrew Jackson on the center of a new $20 note, according to a Treasury official, while newly popular Alexander Hamilton will remain on the face of the $10 bill.

Other depictions of women and civil rights leaders will also be part of new currency designs.

The new designs, from the Bureau of Engraving and Printing, would be made public in 2020 in time for the centennial of woman’s suffrage and the 19th Amendment to the Constitution. None of the bills, including a new $5 note, would reach circulation until the next decade.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ

הודעהדורך סביב העולם » מיטוואך אפריל 20, 2016 2:17 pm

בילד
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
סביב העולם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט