גע'פועל'ט אלעס גוטס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

גע'פועל'ט אלעס גוטס!

שליחה דורך רוח קדים »

מ'פארט!  מ'לאזט זיך קיין אייראפע אויף עטליכע טעג, דער פלאן איז ארומצוקרייזן פון שטאט צו דארף, זיך משטתח צו זיין על קברי אבותינו ורבותינו. ס'איז נישט פשט מ'גייט ברעטשען העכער שטיינער וועלכע שטייען אן אנדעק צו עצמות יבשים. קודם כל זעט מען דאך שוין אין דער גמרא אז כלב איז געגאנגען צו די קברי אבות מתפלל זיין, פשט איז ווען א איד ברויך ישועות גייט מען זיך אויסבעטן ביים צדיק. ועוד, צדיקים במתתם קרויים חיים, מ'רעדט דאך דא  ביי יעדן באזונדער פון א מלאך בדמות אדם, אנשי קודש וועלכע האבן בשעתם געהאלטן די וועלט ביים קארג און האבן זיך געדרייט אין העכערע עולמות ווען אימער ס'האט זיך נאר אויסגעפעלט אפצושלאגן א גזר דין.

עסן – וואקיום-פאקט, גע'קענט, אייז-קאפעטשינו, עטליכע טונא-פיש קענס. צו מפיץ זיין א געשטאנק אזא ריח שחכמים נוחה הימנו – אויך אביסל סארדינס. דער מער אלט-מאדישער נעמט אויך מיט א קען-אויפענער, מ'ברויך דאך קענען די טונא קענס עפענען. דער מער פארגעשריטענער, דער יעניגער וועלכער זוכט אלץ וויאזוי ער קען  גרינגער מאכן דאס לעבן, ער שלעפט בלויז פון דער סארט קאנעס וואס מ'ברויך בלויז א שלעפ טאן א צינגל און דאס אויל איז כשר וישר למנחות. לכתחילה אזא ווילד שלעפ אז די שמן מושחת קודש זאל כאפן א טענצל פונעם קאפ עד שרוך נעל, זיינס און משפיע זיין אנדערע אויך. וואו ביידע פון זיי וועלן זיך פאראייניגען איז כלפי דעם מייאנעס. מ'קען דאך קיין טונא אן דעם נישט עסן, און דארט צו קויפן קומט בכלל נישט אין באטראכט. "היעלה על דעתך? כ'ווייס ניטאמאל צי אפילו אן אוי יו האט דאס".

מ'פארט! טיקעטס, מיילעדש, געבארגט, געזאמלט, געשפארט – מע פאאאארט! מ'גייט זיך אויסבעטן! מ'גייט צוריקקומען מיט זעק ישועות, פאר זיך, פאר דער משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

מ'מאכט א סטאפ אין פראנקפורט. לכתחילה האט מען געקלערט אז מ'וועט זיך קענען אריבערכאפן צום פני יהושע, דער חכם אבער האט נישט פארשטאנען וואס מ'זאגט אים, און אויסגעשטעלט האט ער די טיקעטס מיט בלויז א פיר שעה ווארט צום קאנעקטינג-פלייט. שוין, אבי שחרית וועט מען קענען דאווענען רואיג, ברויך מען נאר זען ווען דער נץ דארט איז.

דער קאר איז דא? זאג ער זאל ווארטן א סקונדע נאה . שי.... פכו כמים. געוואלט זאגן דעם שיט ווארט, די לעצטע מינוט אבער האט ער פארקירעוועט די ליפן. חוץ פון דער אויסגעמיטענער עבירה איז עס אויך קיוט, ס'פעלט אים באכאשעם נישט קיין הומאר. האט אלץ א גוט ווארט. ביי זיין שבעה נאך זיין טויט וועט מען זאגן "א זיס אידל געווען, אייביג געהאט א גוט ווארט אויפ'ן פלאץ".

אקעי, מנחה קוקט אויס וועט מען שוין ברויכן דאווענען אין עירפארט, וואס יאגט ער דארט אזוי.

פיין, זיי געזונט מאמי, שלומי, חיים, יענטי שמענטי. ענק וועלן זיין וואויל? אמת? טאטי וועט ענק קויפן א גוטע פרייז. נעקסטע מאל דו וועסט שוין זיין גרויס וועסטו קענען מיטקומען, אמת מאמי? העסט קאלן יא? לאמיך וויסן גלייך ווען דו קומסט אן, אפילו אויב ס'איז פארטאגס.

ער פייפט? זאג ער זאל ווארטן א מינוט, ס'וועט נישט אנטלויפן. אדער אפשר יא? אהה! דער זייגער לויפט, שוין טאקע שפעט. נאה, בטלן איינער, מיין תפילין האב איך געלאזט אין שול, משה געציל האט נאך געוואלט מיטשיקן א קוויטל, וואו איז ער, אלץ ברויך מען נאכלויפן; האסט מיין פוילישער סעל נומער, יא? העל איך זען צי אין אוקריינע וועט דאס אויך ארבייטן. 'ך העל דיך שוין קאלן. זיי געזונט, זאל מען נאר פועל'ן אלעס גוטס.

איז וויפיל קום איך אייך? הו הא! אזויפיל? אידן מאכן באכאשעם פרנסה. דער וועג צום עירפארט איז אויך א חלק פון די הוצאות. פרנסה איז באשערט. איז לאמיר זען. קודם האט איר דא אזוי. דרייסיג, צוויי און דרייסיג, זיבן און דרייסיג; ניין, בעסער געזאגט, לאמיך מאכן אזוי. גיבט מיך צוריק די דרייסיג, נאט אייך דא א פופציגער, נו, וואו ליגט דאס, אך, כ'האב דאך אריינגעלייגט, שוין, איז נעמט יא דא צוריק די דרייסיג, גיבט מיך אבער צוריק די סינגעלס, אט אזוי, דא האט איר נאך א צוואנציגער, איין רגע, לאמיך זוכן א פינפער, טירארארארארארם, מאמאמאמאה, אוי יו יו יו, טשענדש פון א צענער האט איר? שנעל, ס'שפעט, כ'דארף נאך דאווענען מנחה! סססססס!

עטליכע מנינים יראים ושלמים. נישט אלע גייען מיט דעם הוט און רעקל פון דער מנחה אין ניו יארק ביז דעם שחרית אין פראנקפורט. נאקעט גייט אבער קיינער נישט. ס'איז בבחינת אם כבנים אם כעבדים. דער וואס גייט נישט א הוט טראגט כאטש א רעקל, און דער וואס גייט אן א רעקל טראגט א הוט! ממש אזוי. טלית קטן, וועסטל און א – הוט! פלאצן זאלן אלע גוים. מיינסט זיי קוקן אונז אראפ? זיי שעצן אונז. ס'האט מיך אליינס געזאגט אמאל א גוי, ער איז ארויס פון התפעלות. זיי קענען דאס פשוט נישט באגרייפן. אזוי איז, נא. א איד באלאנגט צו א צווייט פאלק אינגאנצן.

מ'ביסקיסעט, אשעריאצארט, סעלצער קען מען דאך טרונקן, ניין? עקסקיוז מי, ברינג מי ע נאדער סעלצער! נו, זאג כאטש פליז. כ'האב געזאגט, האסט נישט געהערט? חחח. יו נאוי וואט, ברינג מי פלללייייזזז וואטער וויט אייס! שוין, יעצט ביזטו צופרידן?

די שאלה איז צי מ'זאל דאווענען מעריב אזוי ווי מ'שטייט און גייט, אדער אפשר קען מען זיך אריינשטופן אין קאך? וואסי? פרעג, שעם דיך נישט. אז מ'וועט נישט לאזן וועט מען גיין אומגעלאזט. האסטע געהערט אזאנס.

צי מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם הכשר? וואס ווייס איך. קיין ווייסע זאקן גייט ער מסתמא נישט אום שבת, צי ער האט אפילו א בארד איז אויך א גרויסער צריך עיון. נאכאמאל, טעימה בעלמא, די מזונות קען מען בדיעבד עסן אז שפירט איינער שלבו חלוש ואין דעתו מישבת, ס'איז פארט פת ישראל; פרוכט הפנים זיכער. פלייש אבער צי אפילו סתם זאכן וואס זענען געקאכט זאל דער פון אויבן היטן. גלייב מיר ס'לוינט זיך צו ביישטיין דעם ניסיון. אויף מיין אחריות, וועסט נישט אויסגיין.  פונקט האב איך לעצטנס גערעדט מיט א משגיח, ער ווייסט דאך יא די ווירטשאפט. נו, ס'איז נישט פאר אונזער עולם. דאס בעסטע איז אבער ווען מ'ברענגט זיך אליינס מיט. וואסי? קענסט נישט אויסהאלטן די פאר שעה.

טאקע פונקט דא ווילסטו זיך אראפשטעלן דאווענען? אלע שווארץ יארן גייען דא אריבער.  לאמיר אויפזוכן א ווינקל און לאמיר דאווענען ווי נארמאלע מענטשן. איך ברויך נאך ארויסגיין אויף אפאר מינוט, דוכט זיך ער, ווי הייסט ער נאר, נו, זיין איידעם דארט, ער האט מיטגעברענגט אזא קליין קאכער, אזא טשייניקל צו קאכן וואסער. מילך האב איך אין מיין אייז-באקס, דער עולם קען גערן נעמען; ער האט נישט דעם קאנווערטער? שוין, העלמער טרונקן די קאפאטשינאו. קויפן ביי זיי שווארצע קאווע? וואס ווייסטו איבער זייערע כלים, יכול ליהות מ'האט דאס געוואשן צוזאמען מיט זייער טרפה'נעם חזיריי, נע, פאסט נישט. אפילו במקום מ'זאל וויסן קלאר אז אלעס איז כראוי, נע, ר' קושקע'לעס אן אייניקל!

"לעהיסססאטייף באצייייצייית!".  שמייס, שמיץ, קוש. אה, עה, נו? עה, נא! עה, נו הודו? נא. אה הא. מזרח נו? נא? עה. נו, אה. ובלבד שיכוון לבו. נו, יתגדל. נא נא נא, פחז כמים, האם אתה צריך לכאפ הבאן? נו, בנעימות, כמונה מעות.

"חברה מ'ברויך אבאכט געבן ס'זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו. מ'פארט טאקע ארום כאפן זעק און פעק מיט ישועות, אבער שמירת עיניים רבותי. איין ראיה אסורה און דער צדיק איז מוחל דאס גאנצע געפאראכץ. וכידוע די מעשה פונעם שלישקעטאבער צדיק מיט יענעם דארפס איד."

דער באס איז דא, ניין דאס איז נישט אונזער באס. טוריסטן, דער ליידער דארט קוקט אויס צו זיין א אידיש קינד. א מגן דוד קייטל, רעדט העברעיש, קיין זכר פון קיין איד אבער. נעבעך. אפגע'שמד דורות.

איז גיימער יעצט אויף ליזענסק, איין רגע לאמיר קוקן דא אויף דער מאפע. אדער זאלמער אפשר פרעגן דעם מנהיג, דעם ערל. דער שוטה פארשטייט פשוט נישט קיין ענגליש. "פראביר אידיש". חחח. "אידיש קענסטו דו קלאץ, שגץ? פראם הער טא ליזדשענסק האו מאטש צייט?"

די שאלה איז צי מ'זאל קודם גיין אויף צאנז, אזוי איז מען שוין נעבן דעם פרעשוואטער אויך און פון דארט ביזן שטיגליצער איז א שפרינג. מאידך גיסה האמער אין ליזענסק א מקווה און מ'קען אויפ'ן וועג צוריק אריינכאפן לאנצעט אויך. הא? וואס זאגט דער עולם? לאמיר פרעגן ר' משה, הא, ר' משה וואס זאגט איר? ליזענסק קודם? דארט איז דא מכל טוב וטוב. א מקווה, טועם צו זיין, הכנסת אורחים, מ'וויל דאך אבער נישט אנברענגען קיין צייט. מ'ברויך דאך אריינכאפן אוקריינע און שפעטער קארעסטיר אין אונגארן אויך.

דער ראש הנסיעה איז באהאוואנט פונקטליך מיט די פרייזן פון אלע צדיקים. פאר יעדן גיבט מען אן אנדער סכום. ס'נישט פשט צדיק לתת לו כצדקתו, דאס הייליגקייט פון איין צדיק קעגן דעם צווייטן איז בכלל נישט שייך צו מעסטן. אלע צדיקים זענען מלאכי אלוקים, אלע האבן זיי דעם צדיק גוזר והק' מקיים – ישועות פועל'ט מען ביי יעדן אייניג.

פשט איז אז יודע צדיק נפש בהמתו, זיי ווייסן וואס איז גוט פאר אזאנע ברואים שפלים כמונו. ר' אלימלך מ'שטיינס פארלאנגט געווענליך גאנץ ספר תהילים, וליתר עז אויך די תפילה קודם התפילה וואס ער אליינס האט דאך מחבר געווען. ווילעדניקער איז נישט צופיל אנדערש, הגם בחיי חייתו האט מען בלויז געברויכט א רור טאן די קליאמקע. דער ראפשיצער, ראדעשיצער און א רייע אנדערע צדיקים טשארדשן א יום, א פרק; צאנזער אויך סיידן אויב ס'איז אין זיין יארצייט אדער אויב איז מען אן אייניקל. ר' נחמן ווייסמער דאך ברויך נישט מער ווי תיקון הכללי בנוסף צו א פרוטה און דער בארדיטשובער וועט זיין צופרידן מיט סיי וואס כל זמן מ'זינגט דארט גאט פון אברהם.

אידן א ריקוד: אוי האטס גע'פועל'ט, אלעס גוטס אלעס גוטס, האטס גע'פועל'ט אללללעעס גוטס.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר