רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 9:22 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'טראכט טאקע אריין, אפילו מ'וועט נישט גיין אזוי ווייט ווי ר' בערל, און מ'וועט אנקוקען די עשירות בבית ריזין אלס א לשם שמים זאך, קען נאך זיין נישט עפעס העכער'ס. איך בין נישט דארט געווען, אבער ס'קען זיין אז אויף צו דערהויבען דער מוט פון א דערדרוקטע פאלק, האט ער איינגעפיהרט א פרינצליכע אויפפיהרונג אז מ'זאל דינען דער באשעפער מתוך גדלות והרחבת הדעת. איך בלייב ע מתנגד, דער תורה דארף נישט קיין צוהעלפער'ס, אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה. אבער עכ''פ ביי חסידים האט מען נישט אזוי גערעדט, און ס'איז גאנץ מעגליך געווען די כוונה פונ'ם ריזשינער.


פעמים שהיא נכללת ועולה בבחינת ומדרגת הקדושה... כגון דרך משל האוכל בשרא שמינא דתורא ושותה יין מבושם להרחיב דעתו לה' ולתורתו, כ(יומא עו ב): "דאמר רבא: חמרא וריחא כו'", ... אזי נתברר חיות הבשר והיין שהיה נשפע מקליפת נוגה ועולה לה' כעולה וכקרבן. וכן, האומר מילתא דבדיחותא לפקח דעתו ולשמח לבו לה' ולתורתו ועבודתו שצריכים להיות בשמחה, וכמו שעשה רבא לתלמידיו, שאמר לפניהם מילתא דבדיחותא תחלה ובדחי רבנן.

רבא מבבל
תניא פרק ז'

וואס ווייסט אינזער ליטוואק וואס רבא האט נישט געוויסט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מאנטאג יוני 22, 2015 10:51 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יוני 22, 2015 10:20 am

Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2015 11:45 am

רבא האט דען געזאגט אז מ'דארף זיך פירען מלכות'דיג? אזוי לערנט מען דען א שטיקל גמרא?
ס'שטייט נאר אז מ'דארף אביסל גשמיות זיך צו קענען לעבען אין דער וועלט. אבער פון דארט ביז מלכות? וואס עפעס?
דער תניא זאגט נאר אז נאך דעם וואס מ'טוט עס לשם שמים ווערט עס דערהויבען. אבער דאס האט נישט מיט די עבודה עצמה און נישט מיט די סבה אויף צו טוהן די עבודה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8842 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2015 1:38 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: איך וויל דא מגיב זיין אויף דיין מאמר פון נעכטן (מאנטאג) איבער וויאזוי ראכמיסטרטיווקא פארט היינט. ראשית כל וויל איך נישט פארקריכן פון די נושא וואס דער פותח האשכול האט אנגעהויבן. נאר דאך. א קליינע באמערקונג איבער דעם ענין פון די ראחמיסטריווקא חסידות. בכלליות ביניך מסכים מיט דיין אפשאצונג אויף דעם היינטיגן מצב און דעם עתיד פון ראכמיסטריווקא חסידות. איך וואונדער מיך וויאזוי דו אלס ליטוואק האסט עס אזוי גוט און ריכטיג אפגעשאצט. ווייל הגם דער רבי שליט"א איז גאר אן איידעלער איד. פארגעס פון ארויסנעמען די גארבידזש. דאס איז נישט מער ווי ליצנות. איך פלעג מיט עטליכע יארן צוריק, זייענדיג א שכן מיט די ראחמיסטריווקא רבי אמאל אריינפאלן פרייטיג צו נאכטס צו זיין טיש. און איך האב באמערקט דאס געוואלדיגע עניוות און איידלקייט מיט וועלכן ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. ממש אזוי ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...אבער זיינע בנים זענען שוין גאנץ אן אנדערע פרשה. זיי טוען שוין אפ כל מיני רשעות. סיי אין די תלמוד תורה. און סיי אין אנדערע פלעצער. זיי זענען גארנישט הינטערשטעליג פון זיייערע סקווערער קאזינס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג יוני 22, 2015 1:42 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8924 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך רוח קדים » מאנטאג יוני 22, 2015 1:39 pm

אויף Yiddish Book Center קענט איר אראפלאדענען א PDF פונעם יידיישן ביכל "דער חסידיזם און זיינע פירער", געשריבן דורך פראפעסאר שמואל אבא האראדאצקי. אינעם בוך שילדערט ער די היסטאריע פון חסידיזם מיט א היפש אביעקטיוון בליק. א סך אינפארמאטיווע לשון הרע'לעך און שגץ שטיק קענט איר דארט קונה זיין. מער צום סוף באשרייבט ער קודם דאס ריזשענער מלכות, און דערנאך דעקט ער ברייט די בערניו סאמאטוכע.

לייגט אריין אין דעם טייטל-באר "דער חסידיזם און זיינע פירער", און דאס בוך וועט ארויפקומען מיט עטליכע אפציעס וויאזוי דאס צו לייענען.
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2015 2:24 pm

רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק. עפען דער בלאט פונ'ם בוך, און קאפ''י דער נאמען פונ'ם בלאט. דערנאך אין דיין תגובה, קלי''ק אויף URL און פעיס'ט אינ'ם באקס וואס עפענט זיך. א גרויסע ייש''כ.
ר' בערל איך בין א נייגעריקע אויף פארשידענע קולטורען און איך האב באמערקט די צוויי זאכען אויף ראכמעסטריווקא און טשערנאבעל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8842 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 2:30 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבא האט דען געזאגט אז מ'דארף זיך פירען מלכות'דיג? אזוי לערנט מען דען א שטיקל גמרא?
ס'שטייט נאר אז מ'דארף אביסל גשמיות זיך צו קענען לעבען אין דער וועלט. אבער פון דארט ביז מלכות? וואס עפעס?
דער תניא זאגט נאר אז נאך דעם וואס מ'טוט עס לשם שמים ווערט עס דערהויבען. אבער דאס האט נישט מיט די עבודה עצמה און נישט מיט די סבה אויף צו טוהן די עבודה.

ליטוואק, האסט נישט גוט געלערנט פשט אין הקטן.
רבא האב איך געברענגט אלס ראי אז נישט אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה זעלסבט, נאר מלאה הארץ קינינך
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2015 2:31 pm

תושבע''פ איז דען נישט תורה?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8842 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יוני 22, 2015 2:55 pm

ליטוואק, דער האראדעצקי איז נישט געווען קיין מתנגד נאר א משכיל. און דאס איז די סיבה פארוואס @רוח קדים ברענגט עס דא, ער איז מסתם דער זעלבער משכיל. אלזא, אויב דאס איז דיין הנאה איז לייען עס געזונטערהייט.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2015 3:10 pm

The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8842 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך רוח קדים » מאנטאג יוני 22, 2015 3:10 pm

בן אדם האט געשריבן:ליטוואק, דער האראדעצקי איז נישט געווען קיין מתנגד נאר א משכיל. און דאס איז די סיבה פארוואס @רוח קדים ברענגט עס דא, ער איז מסתם דער זעלבער משכיל. אלזא, אויב דאס איז דיין הנאה איז לייען עס געזונטערהייט.

אפגעזען צי האראדאצקי אדער איך אדער ביידע אדער קיינער זענען יא צי נישט משכילים, זע איך נאך נישט פארוואס דאס מוז זיין "די סיבה" פאר'ן ברענגען. מיר קענען ביידע רואיג זיין מתנגדים צי אפילו חסידים.

קוקסט אויס אביסל פארווייטאגט.

ליטוואק, די לינק ווי איך זע גייט נאר צום הויפט בלאט, נישט איבער דעם בוך ספעציפיש.
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך רוח קדים » מאנטאג יוני 22, 2015 3:16 pm

בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.

אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יוני 22, 2015 3:52 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק.

דא האט איר א לינק [זייטס מוחל, און געבטס אפ א דאנק...].
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15592 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 4:54 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:תושבע''פ איז דען נישט תורה?

זיכער יא! פארדעם ברענג איך דאס.
און פארדעם ברענגט דאס די גמרא
אבער ורבא מנא ידע?
איז דאס הלכה למשה מסיני?
וואס מיינסטו?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2015 5:44 pm

כנראה ס'פעלט דא עיקרי הדת. דער סמכות פון רבא איז נישט ווייל ער איז געווען א צדיק און וואס ער זאגט איז גערעכענט אין הימל. אלס וואס שטייט אין גמרא איז גערעכענט פאר הלכה למשה מסיני. הייסט'ס אז יעדער סברא הלכה אדער חידוש מוז זיין פון א גמרא. דאס איז אדער ווי מאנכע זאגען אז אלע מסקנות פון ש"ס איז הלכה למשה מסיני און ס'איז נאר געשריבען דרך פלפול אויף צו קענען ריכטיג ארויסברענגען די זאך. אדער ווייל די חותמי התלמוד האבען צוזאמענגעברענגט אלע ריכטיגע סברות און יסודות און געקליבען אין איין פלאץ, ווייל אזוי האבען די שפעטערדיגע גערעכנט מיט דעם, און ממילא איז יעדער סברא וואס האט נישט קיין יסוד אין גמרא חשוד אלס נישט ריכטיג.
יעצט איינער וואס האט אויך א ססברא וויאזוי זיך צו פיהרען, אפילו אויב ער איז א גרויסע צדיק, איז אויך משועבד צו א גמרא. ווען רעק"א זאגט א חידוש פרעגט מען גלייך "וואס איז זיין ראיה?" ווייל ס'איז נישט יתכן אז א סברא זאל זיין ריכטיג אן א יסוד אין ש"ס.
לדעתי, איז דאס די יסוד פון די שיטה פון די מתנגדים, לויט ווי דער זון פון דער ח"ח ברענגט פון זיין טאטע אז ער האט געקוקט אמאל אין א חסידישע ספר און ער האט אראפגעלייגט זאגענדיג "איך האב תנאים און אמוראים, וואס דארף איך דאס?". טאמער חסידים האבען אנדעריש אנגענומען, האב איך מרמז געווען אז מיין חינוך איז נישט איינשטימיג מיט דער יסוד וואס איך האב ארויפגעלייגט אויפ'ן ריזשינער, אבער ס'מעגליך אז ס'איז געווען א גשמיותדיג'ער סברא לש"ש, נאר נישט מיט מיין חינוךאון מסורה געשטימט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8842 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 7:11 pm

נעם-טא-דאם
איך פארשטיי נישט קיין ווארט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2015 7:41 pm

רוח קדים האט געשריבן:בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.

אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.

הוא אשר דיברתי: אז איך זעה דעם רבי'ן עסן א סטעיק און פארטרונקען מיט א קאלט גלעזל ביר, דארף איך נישט אריינטייטשן קיין העכערע זאכן. נאר פשוט די רבי האט הנאה פון די וועלט. ער מעג אויך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8924 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » מאנטאג יוני 22, 2015 7:47 pm

הקטן האט געשריבן:נעם-טא-דאם
איך פארשטיי נישט קיין ווארט.

עזאס, קעסענעם.
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2015 7:52 pm

פריעד באטשי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:נעם-טא-דאם
איך פארשטיי נישט קיין ווארט.

עזאס, קעסענעם.

פריעד באטשי: דו מעגסט שרייבן אויף א שפראך אז אונז גאליציאנער (מלשון גאלא) זאללן אויכעט פארשטיין... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8924 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2015 11:22 pm

ער האט גערעדט צו מיר, אבער איך קען נישט קיין אונגאריש און איך בין נישט פון גאליציא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8842 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יוני 22, 2015 11:23 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך

כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יוני 22, 2015 11:29 pm

רוח קדים האט געשריבן:בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.

אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.

גוט, דאס האב איך געמיינט. כ'האב הנאה אז האסט דיך גוט ארויסגעברענגט.
למעשה פרעגסטע א גוטע קשיא. איך וואלט מציע געווען אז די זאלסט אויך ענטפערן אויף דעם. בכלל וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה זמרי, און וואס פנחס האט אפגעטון, און וואס ס'האט זיך געענדיגט מיט 24000 גאנץ אומשולדיגע קרבנות, האסט א הסבר?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע

הודעהדורך רוח קדים » מאנטאג יוני 22, 2015 11:31 pm

בן אדם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך

כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.

כ'הער. ס'טייטש איינער וואס שרייבט אז מענטשן זענען עקשעלי געווען מענטשן, עמען קען מען נישט גלייבן – נגיעות. אז מ'איז געפלויגן אין הימלען, זיך געטראפן מיט משיח'ן, אליין געווען משיח, מחיה מתים געווען, אוועקגעלייגט שונאי ישראלים, געקענט די שפראך פון דער גאנצער בריאה, זיך געקריגט לשם שמים און געהאט העכערע כוונות אין יעדער מענטשליכער תאווה – דאס איז ריזענעבל, דאס איז בלי שום נגיעות, דאס איז וואס מאכט סענס, דאס איז וואס מ'קען און מ'דארף גלייבן ואסור להרהר אחריהם.

ס'איז עקשעלי יא דא ווער ס'זאל לאכן...
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יוני 22, 2015 11:36 pm

שש משזר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק.

דא האט איר א לינק [זייטס מוחל, און געבטס אפ א דאנק...].

אביסל ווינדער איך מיר אויף הרב שש שליט"א. איך ווייב אז די ביכל דערמאנט טאקע נישט אמשינאוו נאר טשערנאביל, אבער דאך ווינדערט עס מיר. כ'האב געקלערט עם אנצופרעגן אין אישי אבער איך מיין אז ס'בעסער דא ברבים (האסט דעך שוין אניוועי אפאר מאל זיך אויסגעבראכן אויף מיר ברבים, נו זאל שוין זיין נאכאמאל). מ'ווארט צו הערן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן אדם אום דינסטאג יוני 23, 2015 12:06 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יוני 22, 2015 11:38 pm

רוח קדים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך

כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.

כ'הער. ס'טייטש איינער וואס שרייבט אז מענטשן זענען עקשעלי געווען מענטשן, עמען קען מען נישט גלייבן – נגיעות. אז מ'איז געפלויגן אין הימלען, זיך געטראפן מיט משיח'ן, אליין געווען משיח, מחיה מתים געווען, אוועקגעלייגט שונאי ישראלים, געקענט די שפראך פון דער גאנצער בריאה, זיך געקריגט לשם שמים און געהאט העכערע כוונות אין יעדער מענטשליכער תאווה – דאס איז ריזענעבל, דאס איז בלי שום נגיעות, דאס איז וואס מאכט סענס, דאס איז וואס מ'קען און מ'דארף גלייבן ואסור להרהר אחריהם.

ס'איז עקשעלי יא דא ווער ס'זאל לאכן...

די דארפסט האבן דער קשיא פארוואס האראדעצקי האלט יא פון די פריערדיגע צדיקים, וואס האבן אויך געזאגט גרויסע זאכן אויף זיך.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron