די סעקשאן אכט סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

די סעקשאן אכט סומאטאכע

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

היינט פארטאגס האט די זון אינעם שטעטעלע מאנטיסעלא נ"י אויפגעשיינט צו די פרייד פון צענדליגער הונדערטער איינוואוינער וואס לעבן זיך זייער באשיידן לעבן דארטן על הרי הגבעות כל ימות השנה. וואס הייסט, די לאנג ערווארטעטע איז אנגעקומען. היינט עפענט זיך די שערי רווחה.. די מונציפאליטעט גייט פארטיילן פרישע ארבע מאות סלאט'ס פאר ארימע פארדינער, עס קומען גוטע צייטן. ער לייגט זיך שלאפן מיט רייכע מחשבות. אה, געענדיגט מיט די אלטע צייטן אינעם צומאלישטן באנגעלוי.. מיט א סעקשען אכט סלאטע גיי איך מיר שוין קענען ערלויבן א פרישע דירה פאר מיין פאמיליע..

5:30 פארטאגס רייבט ער זיך אויס די אויגן און יאלא.. עס איז דא ארבייט היינט.. ער נעמט זיך מיט זיין קאפי און פארט ארויס צום באשטימטן אדרעס, ער יאגט זיך אונטער, ער האפט נאך צו זיין פון די ערשטע פופציג.. ער פארקירט זיין פיקאפ טרעקל און שפאצירט צו נענטער מיט פעסטע טריט.. און בום! בום! עס ווערט איהם שווארץ (און ווייס) פאר די אויגן... וואס גייט דא פאר?? עס שטייען פאר זיינע אויגן הונדערטער (יא איר ליינט גוט..) מענטשן געקליידעט אין שווארצן... ומעוטף אין ווייסן... (ער פילט זיך ווי דער גוי אויפן פליגער קיין קיעב ערב ר"ה), און ווער זענען זיי... אה, די חברה וואס ער איז מחויב איינצוהאלטן די פייף אויב זיי האלטן אויף די פארקער יעדן 'שעני וחמישי'.. אז נישט איז ער דאך א פשוטע וויסטער אנטיסעמיט...

עס טוט זיך דא א כולל באס פון דושינסקי.. א באס פון מהרז"ל.. א מנין צוויי פון סקווער... צוויי דריי טוצן פון קרית יואל.. וכו' וכו'. אקיצור די אידעלעך פון די פרעמד האבן זיך אנגערוקט דא כחול הים פשוט אויסצוכאפן די געהאפטע סלאטס פאר תושבי מאנטיסעלא...

וואס פארלאנגען מיר פונעם גוי'ס קאפ צו טראכטן נאך אזא סצענע...?? אויב האט ער נישט גענוג פיינט אלץ דעם עשו שונא, וואס דארפן מיר איהם פיטערן הייסע ווארע אויף א גאלדענעם טאץ?? וואס טראכטן מיר.. אז זיי גייען שטיל שווייגן..?? א נעכטיגן טאג! יא פרי קאנטרי נישט פרי קאנטרי. זיי גייען רייטען און סאקען דערפון בגדול!

נ"ב, עס איז קלאר אז עס איז שווער דן צו זיין די אינגעלייטלעך וואס סטראגלען אוועק על התורה ועל העבודה. (אבער פארוואס שיקט מען נישט קיין אימעילס צום אפיס אווי זיי זעען נישט ווער דער שולח איז??)

דער אשכול פארמאגט 60 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר