איך האב דיר ליב
נישט פאר דיינע מעלות
נאר פאר'ן זיי ניצן
איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו ביסט א איד
נאר ווייל דו ביסט א מענטש
איך האב דיר ליב
נישט צוליב דיין חכמה
נאר צוליב אוועקשטיין פון נארישקייטן
איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו האסט מיר ליב
נאר ווייל מיר זענען אלע ברודער
איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו געבסט מיר עפעס
נאר וועגן דו נעמסט פון מיר גארנישט
איך האב דיר ליב
נישט ווייל איך מוז
נאר ווייל איך וויל
איך האב דיר ליב
וועגן אהבה איז אונזער קיום
נישט ווייל איך בין מאדנע
איך האב דיר ליב
נישט וועגן ס'איז אלעמאל געשמאק
נאר וועגן ס'מאכט מיר בעסער
איך האב דיר ליב
נישט דיינע טובות אדער טאלאנטן
נאר דיין פינטעלע הומעניטי
איך האב דיר ליב
ווייל איך האב דיר ליב
נישט ווייל ס'איז דא א סיבה
איך האב דיר ליב!




