אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:33 pm

אפאר ישיבה בחורים עקספערימענטער'ס האבן געמאכט א נייע קבר!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 5787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4306 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 07, 2015 3:38 pm

דאס איז גוט.
א דאנק
ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.
(קרעדיט: מאטי)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
גבאי חודש אב
גבאי חודש אב
 
הודעות: 1372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 1705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:37 pm

כ'געדענק דעם שפיצל פון אפאר יאר צוריק. די בחורים האבען גענומען א פארלאזטע חאטקע וואס געהערט פאר חברת 'בזק' (ווי מען קען טאקע זעהן אין די מודעה פון די רבנים אז בזק זאגט עס איז דא דארט מסוכן'דיגע עלעקטראנישע 'קרינה') עס געפארבט בלוי ,און די רעסט זעהט אויף די קליפ.
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 4749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 08, 2015 9:36 am

ס'איז דעפרישענד אז די וואס האבן דארטן געדאווענט, האבן ענדליך געדאווענט גראד צום אייבירשטען.
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג יוני 05, 2015 5:59 pm

עקפערימענטירער האט געשריבן: האב איך אין די מעשה אריינגעלייגט א באהאלטענע מעסעדזש, וואס די אלע וואס האבן געדרוקט און געליינט די מעשה האבן נישט גע'חלום'ט אז די מעסעדזש אין באהאלטן...

אויב נעמט מען די ערשטע אות פון יעדע זאץ דורכאויס די גאנצע מעשה אנפלעקט זיך די פאלגענדע מעסעדזש:




http://www.theguardian.com/media/mediam ... en-pollard

http://www.theguardian.com/media/2001/j ... g.thetimes

http://www.theguardian.com/media/2001/j ... ilyexpress
מאמר החכם: די זעלבע שרשים, עיקרים און פראבלעמען חזר'ן זיך כסדר איבער, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל.
ואני אומר: לאמיר אננעמען אז אידישקייט איז אייביג געפארן אויף דעם מהלך. פון א רבי אמאל ביז א רבי היינט. פון א שמוציגער פאליטיק ביז מחלוקת לשם שמים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 2794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 11:22 am

דעם חודש, טוט די מעלות פארזעצן די מערכה.
בייגעלייגטע פיילס
Maalos_02 (1).JPG
Maalos_02 (1).JPG (222.72 KiB) געזען געווארן 629 מאל
Maalos_02 (2).JPG
Maalos_02 (2).JPG (222.3 KiB) געזען געווארן 629 מאל
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 11:40 am

זייער ענטפער איז גוט.
ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.
(קרעדיט: מאטי)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
גבאי חודש אב
גבאי חודש אב
 
הודעות: 1372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 1705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג יולי 20, 2015 12:35 pm

Screenshot_2015-07-20-12-22-33-1.png
Screenshot_2015-07-20-12-22-33-1.png (132.55 KiB) געזען געווארן 562 מאל

מעלות טייערע, די פרובירסט זייער שווער צו פארדרייען יעדן דעם קאפ כאילו קאווע שטיבל האט געוואלט שוואך מאכן די מערכה פון אפענע אינטערנעט ווען די געבאקן מעשה איז געווען אויף א איד מיט אינטערנעט פאר פרנסה מיט שטרענגע פילטערס! יעצט וועסטו טייערע מעלות פארשטיין פארוואס דיין ''כלי שני'' וואס לויט ווי די שרייבסט דא אויבן ''האט א שטרענגע פילטער'' פארשטיי פארוואס ער האט געזאגט ''מע, זעסטו די אלע מעשיות זענען נישט אמת'', ווייל דער כלי שני האט א שטרענגע פילטער זענען געקומען רשעים אין קליידונג פון היימישע צייטונגען און אים געוואלט אפשרעקן מיט יענע באבא מעשה פון א איד מיט שטרענגע פילטערס פאר פרנסה וואס האט געהאט אלע צרות. זייער גוט אז דיין כלי שני האט געזען דעם גאנצן שוי שפיל! יעצט וועט דיין כלי שני קענען רואיג בלייבן מיט זיין שטרעגע פילטער! כאוות נפשכת המעלות הטהורים. מעלות זאג א ישר כח פאר קאווע שטיבל!
ליפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג יולי 20, 2015 1:02 pm

די חידוש איז אז "מעלות" האלט באמת אז שרייען "אה נאו, דו ביסט א שוטה" איז 1) אן ענטפער און 2) א פארעם פון ליצנות. כ'זעה נישט קיין איינס פון די צוויי, אבער מעלות קען מסתם גיט אירע ליינער און קויפט זיי פאר תמימים וועלכע ווערן עקסיידעט אז "מ'האט יענעם גיט אריינגעפליקט. מ'האט געזאגט ער איז א נער און א שוטה. און מ'האט עס געזאגט א באנטש מאל. זייער זייער א באנטש מאל."

אלענפאלס, ס'איז אן ערנסטע שאלה אויב אזוינע היליכיגע ליצנות מעג געדריקט ווערן אין א חודש אב אויסגאבע.
"רק בקריאת שם ישראל די" - צדקת הצדיק, אות נ"ד, קודם ששלטו בו ידי צנזורים
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2030
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2822 מאל

Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג יולי 20, 2015 1:53 pm

אינטערעסאנט, אזא גרויסע פראצענט מעלות לייענער ליינען ק''ש אז זיי פילען פאר וויכטיג צו פירען א לענגערע מערכה דערקעגן?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
גבאי חודש אב
גבאי חודש אב
 
הודעות: 1139
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 3474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג יולי 20, 2015 3:56 pm

ווי ערווענט אויבן האב איך ליב געהאט זייער ערשטע ארטיקל וועגן די נושא. מען טרעפט דארטן געשמאקע אויסדריקן, רייכע אנאלדזישס (אפגעזען צו עס מן הענין אדער שלא) און א שיינע אפהאנדלונג פון אידישע דקדוק.. וואס איז צופעליג אין פארום פון א ארטיקל.. כדרכם..
אבער דאסמאל האט די באבעל געפלאצט... מיר ווייסן שוין צו זיין סקעפטיש ביי 'בריוון' און פארשטייט זיך אז מי שיש מוח בקדקדו ווייסט צו ליינען אז א. ווארשעווער איז 'דער מעלות' בכבודו ובעצמו. דער שפיל גייט אז זיי האבן אזוי גוט אנאלאזירט פארוואס 'בריוון' קענען יא זיין אמת, אויף אזוי ווייט אז דער מעדזישק קאוד איז געלונגען און ביים צווייטן חודש האט שוין עמיצער אריינגעשיקט אן ארטיקל וואס ענדעלט זייער שטארק צו די 'דקדוקים' פונעם מעלות...

דער עצם בריוו איז א אויסגעפליקטער. דער קאזאק הנגזל טרויערט הלמאי די מעלות ענטפער אפילו אויף אזא נושא. און דער מעלות שפארט נישט קיין חכמה מיטן צוריק ענטפערן אז דא איז געווען א 'עת לדבר', און ווען נישט די ארטיקל וואלטן צענדליגער מענטשן געמיינט אז מען מעג האבן אינטערנעט. אנשטאט אפשרייבן אן ארטיקל און געגאנגען ווייטער, קומט מרת מעלות און שוינט נישט קיין שעפערישקייט מיטן 'אידישיסטישען דקדוק' און מבהיל'דיגע געניאלע רעינות, אז לפי דעתה וואלט מען געדארפט מאכן א טיילונג, צווישן מעלות ליינער, און שטערן ליינער.. און ווער שרייבט דאס? דער פאיאנערישע משכיל'ישע פרומע אויסגאבע.

נעבעך די מעלות איז אריין אין א פאלעמיק מיט א אויסגעריסענע שרייבער. לא לחנם הלך ה'אפגעריסענער ל'האויסגעריסענער.
אז מען עסט אסאך ווערט מען גראב. (קריס קריסטי)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 481
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

הודעהדורך עקפערימענטירער » דינסטאג יולי 21, 2015 8:22 pm

אין ליכט פון מעלות'ס פרישע היפאקריסטווע און שקרים וויל איך טיילן מיט'ן עולם אז איך האב אפגעשריבן א לענגערע ארטיקעל אפצוענטפערן מרת כ"ץ ארגינעלע ארטיקעל "אפגענארט גאנץ ווארשע", אבער צום סוף האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון עס מפרסם זיין. אין דעם ארטיקל האב איך אנגעוויזן ווי זי באנוצט זיך מיט בלאף און שקרים אויפצורייצן די געמוטער פון די ליינערס, און ווי זי ניצט די זעלבע שקר'דיגע טאקטיקן פון די אנדערע היימישע אויסגאבעס און צייטונגען צו פיטערן די מאסן מיט די פאנטאזיעס וואס אונזערע עסקנים און צייטונג שרייבערס ווילן אז מיר זאלן גלייבן.

כ'האב אין די ענדע מחליט נישט מפרסם צו זיין די ארטיקעל ווייל נאך אלעם האט מרת מעלות אטאקירט מיך – אן אנאנימער מענטש, און די צייט וואס מיין ארטיקעל וואלט געווען געוואנדן א באקאנטע מענטש – די ארויסגעבערין פון מעלות. איך בין נישט דא צו אטאקירן פריוואטע מענטשן, איך בין דא אויפמערקזאם צו מאכן דעם ציבור אז מ'זאל נוצן די אייגענע שכל, און נישט נתפעל ווערן פון די פראפאגאנדע פון די אויסגאבעס און די עסקנים.

ב"ה אז מיין שפיצל האט געהאט די ריכטיגע עפעקט, און האט אפגעקלינגען איבער די גאנצע וועלט. איבעראל האט מען גערעדט דערפון, און דער צאל באזיכער אויף קאווע שטיבל האט געבראכן אלע רעקארדס. די פאקט אז מעלות האט געשפירט פאר וויכטיג צו ווידמען גאנצעטע זייטן פאר דעם צוויי חדשים אין א צו רעדט מער ווי טויזענט ווערטער ווי ווייט דאס האט דערגרייכט.

אין מיין ארטיקעל האב איך אויך מאריך געווען מסביר צו זיין מיינע מאטיוון, אבער רוב פון די עיקר נקודות פון מיין ארטיקעל זענען סיי ווי גוט אויסגעשמועסט געווארן דא דורך די חברים פון קאווע שטיבל, הויפטזעכליך: איך האב נישט פראבירט אויפצו-ווייזן אז אינטערנעט איז א "כלי מחזיק ברכה" נאר אז מיר ווערן געפיטערט מיט עקסטרעמע און פאלטשע אינפארמאציע. דאס אז דער אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה איז א סוגיא פאר זיך וואס איך האב נישט פרובירט אויפצו-ווייזן. כ'האב דאס נאר כולל געווען אין מיין באהאלטענע מעסעדזש ארויסצוהייבן די איראניע אז אן ארטיקל וואס איז בת היענה'דיג עקסטרעם קעגן דעם אינטערנעט פארמאגט א פאזיטיווע אינטערנעט מעסעדזש. (אויב איינער איז אינטערסירט אין מיין שיטה וועגן אינטערנעט איז עס בקיצור נמרץ ווי פאלגענד: אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה פונקט ווי רוב טעכנאלאגישע ערפינדונגען. און פונקט ווי רוב טעכנאלאגישע ערפינדונגען – אויב נוצט מען עס נישט אויפ'ן ריכטיגן אופן קען עס זיין שעדליך.)

כ'האב אויך אביסל מאריך געווען מסביר צו זיין פאר'ן עולם דעם מהות פון היימישע שרייבערס, און ווי שרייבן איז געווארן א געים פון פרעדיגן שטותים והבלים וואס נישט דער שרייבער און נישט דער וואס באצאלט דערפאר גלייבן – נאר די תמימי לב קויפן דאס אפ פאר גוט געלט. אבער ווי געזאגט, כ'בין צופרידן מיט די רעזולטאטן פון מיין ארבייט, און מיין לאנגע ארטיקל פעלט נישט אויס.

פאלגענד איז די ערשטע זייט פון מיין ארטיקל וואס איך האב מחליט געווען נישט מפרסם צו זיין.
בייגעלייגטע פיילס
Ma.JPG
Ma.JPG (92.03 KiB) געזען געווארן 241 מאל
עקפערימענטירער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג יולי 21, 2015 8:32 pm

אפשר דאך זיי עס יא מפרסם ?איך ווער נייגעריג
ליפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 21, 2015 8:56 pm

מען קען נישט אנרייצן און נישט מפרסם זיין. ביסט מעכב די גאולה! שנעל גיב ארויס.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג יולי 21, 2015 11:17 pm

איך קען נישט ליינען די ווערטער פון דעם ארטיקל, אפילו נאכן גרעסער מאכן, ווארשיינליך איז דאס בלויז א אומקלאר געמאכטע קאפיע פון די אריגינעלע מעלות ארטיקל. (אין אנדערע ווערטער, מיט פאוסטן דעם בילד האסטו 'אפגענארט גאנץ קאווע שטיבל'...).

בכל אופן, איז די קעפל פון די נישט ארטיקל זייער א געלונגענע.
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)
דעת תורה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1567
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 1645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג יולי 21, 2015 11:18 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:מען קען נישט אנרייצן און נישט מפרסם זיין. ביסט מעכב די גאולה! שנעל גיב ארויס.

מען גייט דא מאכן אן אפיל אז ער זאל יא ארויסגעבן די ארטיקל. די עולם איז זייער נייגעריג. לייק די תגובה פאר די אפיל.
אז מען עסט אסאך ווערט מען גראב. (קריס קריסטי)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 481
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך יולי 22, 2015 12:23 am

וואס מיינט עקפערימענטירער? ס'פעלט א ס'?
זאגסט דאך אזוי גוט! זאג עס איבער נאכאמאל... (ר' מיכלע מנתני')
ריכטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 8:09 am

אלס א פרעמדע פארשטיי איך נישט אזוי גוט. דער מעלות איז געווידמעט צו מענער אדער ווייבער? ס'איז אזוי ווי דער בינה אויף ענגליש? ס'דארף פרעדיגען קנאות אז די ווייבער זאלען אויך שרייען 'פוי'? זיי רעדען אזא העצערישע שפראך 'מ'נעמט אראפ די זיידענע הענטשקע'ס' וכדו'.
און טאקע, ט'האט מען געהערט פון רבנים אדער העכערע 'עסקנים', א שטייגער ווי נחמיה גאטליעב צו וואס וועגען די שפיצעל? אין לעיקוואוד פארשטייט זיך האט מען נישט געהערט דערפון, ווייל מ'ליינט דאך נישט קיין אידיש, אבער איך בין זיכער אז מ'האט געקלינגען פאר'ן הויפטקוואטיר פארציילען די מעשה.
איך האב געוויזען די פאפירען פאר מיין שווער, וואס האט עס געליינט און נאר געהאט איין הערה. 'ווי שרייבט א מענטש אויף זיין אייגענע קינד אז זי איז קראנק געווארען. אל יוציא אדם דבר מגונה מפיו'. נו וואס פארשטייט א ליטוואק צו 'המטרה מקדשת את האמצעים'. ער דארף אז אלע מיטלען אין א מערכה דארפען אויך זיין אויסגעהאלטען, נישט נאר די תכלית. א מאדנע גלויבונג.
ווארט א מינוט.... ווי האט מען געהאלטען?!
By giving a like you are making a statement that you only accept the best for your family and guests (credit: Mayim Chayim soda)
ליטוואק פון בודאפעסט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1133
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 701 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 0 געסט

cron