צום יארצייט פונעם אשכול וועל איך ציטירירן א ווארט פונעם בעל שם הקדוש:
א איד וואס איז געווען פארפלאגט א גאנצען טאג על המחיה, און ניט געהאט צייט צו דאווענען, און סוף טאג לויפט ער אריין אין בית המדרש הערן א "אמן יהא שמיה רבא" און געט דערביי א קרעכץ פון טיפען הארץ, אט דאס קרעכץ איז מרעיש עולמות, אפילו מלאכים ושרפים ציטערען פון דעם.
בנוסח אחר:
די מערסטע פון וואס די שטן ציטערט, איז פון א געכאפטן מנחה...

