דורך גר ותושב » דינסטאג יולי 21, 2015 12:57 pm
איך וויל מיך באציען צו די נושא פון די טעיפס פון די רבנים, קודם על פי תורה גערעדט ווען ראובן טרעפט שמעון אויפן גאס און זאגט אים ביסט מיר שולדיג עשרת אלפים ווען באצאלסטו מיך? און שמעון ענטפערט ביסט גערעכט איך בין דיר שולדיג אבער איך האב נישט יעצט איך וועל באצאלן א אנדערע מאל, אפילו עס שטייען דארט בשעת מעשה הונדרעט יודן וואס האבן מכלופרשט געהערט שמעון איז זיך מודה, קען ער נאך אלס טענהן לא היה דברים מעולם איך האב קיינמאל נישט געבארגט פון דיר, איי די הונדרעט יודען, קען ער נאכאלץ זאגן משטה הייתי בך, אדער עס איז מיר נישט געוועין באקוועם זיך צו טענהן מיט דיר וכו, און הוא הדין טעיפס און אפילו ווידיאו, איז אפילו וועסט מיר ברענגען א ווידאו פון אלע רבנים אז זיי האלטן מיט ניקלשבורג, ווי לאנג זיי זאגן נישט אתם עדי איז עס נישט ווערט די מעגא בייטס וואס עס ניצט אויס עס צו דאונלאודן, וחוץ מזה וואס איעדער ווייסט אז זיי האבן צוריקגעצויגען איז די איינצוגסטע זאך וואס ניקלשבורג טוט דא איז טעראר!!! מען זאגט פאר רבנים טאמער קומסטו ארויס קעגן מיר וועל איך דיך צופיקסן!!!
נאך א זאך, ווען איינער קומט פארציילן די אמת פאר א רב דארף ער נישט באהאלטן אין טאש א רעקארדער, אמת קאי, ער ווייסט אז ער זאגט די אמת און ער קען אייביג צוריקקומען זאגן די אמת, ער דארף נישט קיין פראף אז די רב האט אמאל געהאלטן מיט מיר, מה שאין כן שיקרא לא קאי, איז א פשוטע זאך ווען איינער גייט צו א רב פארקויפן שקר באהאלט ער עפעס אין טאש וויסנדיג אז ווען די רב וועט געוואר ווערן די שקר וועל איך האבן פרוף אז ער האט כאטש א שטיק צייט געהאלטן פון מיר, אדער קען עס צוניץ קומען צו סטראשענען כלעיל איך וועל ארויס קומען מיט די טעיפס אויב ציסטו צוריק.
יעצט הנוגע למעשה ווען ניקלשבורג איז געוועין ביי הרב שור און אים פארקויפט זייער צד, פארשטייט זיך ער האט געזאגט אז דאס איז א אנדערע מעשה און דעס האט ער נישט געהערט וכדומה (איך ווארט שוין צו הערן אויף די טעיפס וואסערע שקרים מען האט אים פארקויפט) אבער וואס איך ווייס קלאר איז אז ער האט גלייך דערנאך גערופן צד בת מלך און געפרעגט וואס ער האט יעצט געהערט און מען האט אים גענטפערט און ער האט ווייטער געשטיצט בת מלך, און ניקלשבורג האט געוויסט דערפון, איז אנשטאט צוריקגיין צו אים זיך אויסטענה'ן וואס זיי האבן פארשטייט זיך נישט געוואלט ווייל די שקר איז שוין נתגלה געווארן, האבן זיי געהאלטן און איין זאגן אונז האבען א טעיפ אונז האבן א טעיפ, פיין עטס קענטס זאגן שישו מעי אונז האבן א טעיפ נאך אפאר טויזנט מאל, אבער דעת תורה פון א רב וואס זיצט על התורה ועל העבודה האט עטס נישט, און יעצט קומען זיי זאגן ער האט א נגיעה, פאלט דיך נישט איין פארקערט אז וויבאלד ער האט אנערקענט אז די אמת איז מיט זיי האט ער מסכים געוועין צו צו לייגן א פלייצע צו ראטעווען יודישע טעכטער.
דרך אגב האב איך געהערט אז זיין יעצטיגע מחאה קומט מצד אור תורה און האט גארנישט מיט בת מלך.