דורך פרייוויליג » דינסטאג יולי 21, 2015 4:20 pm
איך וויל צולייגן צו שמעקעדיג א ענליכע עפיזאד. די מחותנים זענען געווען זייער צופרידן פונעם שידוך פון צד השני, אלעס האט געקלאפט, זיי זענען געווען זייער צופרידן פון די אינפארמאציע, אבער בשעת'ן זיך צוזאמענטרעפן האט די מחותן - א בעלבאטישע אינגערמאן, לעבט מיטן אייבירשטען, און האט א סמארטפאון צו פאר ביזנעס אדער אנדערע צוועקן, און מיט א פילטער - באמערקט ווי דער מחותן איז א אפגעפליקטער איד, ער שטינקט ווי די אשכנזים אין די 9 טעג, און גייט מיט א פינקע רעקל ביז א אינטש פון דער ערד, און פארמאגט גאר א ביפער און ניטאמאל א טעלעפאן, ווייל ביי אים איז אפילו א פליפ פאון נישט גוט. תיכף ומיד האבן זיך די שיעור מחותנים געגעבן די הענט און פארלאזט דעם שטוב.
-------
זעלבסטפארשטענדליך אז די אלע באבע מעשות זענען רשעות'דיג, עקל'דיג, פארדארבן, און גרויליג. נישט ווייל איך וואלט נישט געקענט באשטיין אז אזא מעשה זאל האבן פאסירט, אדרבה איך וואלט נישט געוואלט האבן א קורצזיכטיגער מחותן. נאר די חוצפה און דרייסט פון אפאר דזשעקעסעס, און צורידערטע יושבי שעמום, גייען זיכן ארויפצולייגן א.ג. שרעק אויף די עולם כאילו אז מחותנים ווילן זיך נישט משדך זיין אא"וו. איז נישט נאר ביליג און געמיין נאר אויך ליצנות געמאכט פון די מענטשליכער געפיל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
פרייוויליג אום דינסטאג יולי 21, 2015 4:29 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
אז מען עסט אסאך ווערט מען גראב. (קריס קריסטי)