דורך עקפערימענטירער » דינסטאג יולי 21, 2015 8:22 pm
אין ליכט פון מעלות'ס פרישע היפאקריסטווע און שקרים וויל איך טיילן מיט'ן עולם אז איך האב אפגעשריבן א לענגערע ארטיקעל אפצוענטפערן מרת כ"ץ ארגינעלע ארטיקעל "אפגענארט גאנץ ווארשע", אבער צום סוף האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון עס מפרסם זיין. אין דעם ארטיקל האב איך אנגעוויזן ווי זי באנוצט זיך מיט בלאף און שקרים אויפצורייצן די געמוטער פון די ליינערס, און ווי זי ניצט די זעלבע שקר'דיגע טאקטיקן פון די אנדערע היימישע אויסגאבעס און צייטונגען צו פיטערן די מאסן מיט די פאנטאזיעס וואס אונזערע עסקנים און צייטונג שרייבערס ווילן אז מיר זאלן גלייבן.
כ'האב אין די ענדע מחליט נישט מפרסם צו זיין די ארטיקעל ווייל נאך אלעם האט מרת מעלות אטאקירט מיך – אן אנאנימער מענטש, און די צייט וואס מיין ארטיקעל וואלט געווען געוואנדן א באקאנטע מענטש – די ארויסגעבערין פון מעלות. איך בין נישט דא צו אטאקירן פריוואטע מענטשן, איך בין דא אויפמערקזאם צו מאכן דעם ציבור אז מ'זאל נוצן די אייגענע שכל, און נישט נתפעל ווערן פון די פראפאגאנדע פון די אויסגאבעס און די עסקנים.
ב"ה אז מיין שפיצל האט געהאט די ריכטיגע עפעקט, און האט אפגעקלינגען איבער די גאנצע וועלט. איבעראל האט מען גערעדט דערפון, און דער צאל באזיכער אויף קאווע שטיבל האט געבראכן אלע רעקארדס. די פאקט אז מעלות האט געשפירט פאר וויכטיג צו ווידמען גאנצעטע זייטן פאר דעם צוויי חדשים אין א צו רעדט מער ווי טויזענט ווערטער ווי ווייט דאס האט דערגרייכט.
אין מיין ארטיקעל האב איך אויך מאריך געווען מסביר צו זיין מיינע מאטיוון, אבער רוב פון די עיקר נקודות פון מיין ארטיקעל זענען סיי ווי גוט אויסגעשמועסט געווארן דא דורך די חברים פון קאווע שטיבל, הויפטזעכליך: איך האב נישט פראבירט אויפצו-ווייזן אז אינטערנעט איז א "כלי מחזיק ברכה" נאר אז מיר ווערן געפיטערט מיט עקסטרעמע און פאלטשע אינפארמאציע. דאס אז דער אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה איז א סוגיא פאר זיך וואס איך האב נישט פרובירט אויפצו-ווייזן. כ'האב דאס נאר כולל געווען אין מיין באהאלטענע מעסעדזש ארויסצוהייבן די איראניע אז אן ארטיקל וואס איז בת היענה'דיג עקסטרעם קעגן דעם אינטערנעט פארמאגט א פאזיטיווע אינטערנעט מעסעדזש. (אויב איינער איז אינטערסירט אין מיין שיטה וועגן אינטערנעט איז עס בקיצור נמרץ ווי פאלגענד: אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה פונקט ווי רוב טעכנאלאגישע ערפינדונגען. און פונקט ווי רוב טעכנאלאגישע ערפינדונגען – אויב נוצט מען עס נישט אויפ'ן ריכטיגן אופן קען עס זיין שעדליך.)
כ'האב אויך אביסל מאריך געווען מסביר צו זיין פאר'ן עולם דעם מהות פון היימישע שרייבערס, און ווי שרייבן איז געווארן א געים פון פרעדיגן שטותים והבלים וואס נישט דער שרייבער און נישט דער וואס באצאלט דערפאר גלייבן – נאר די תמימי לב קויפן דאס אפ פאר גוט געלט. אבער ווי געזאגט, כ'בין צופרידן מיט די רעזולטאטן פון מיין ארבייט, און מיין לאנגע ארטיקל פעלט נישט אויס.
פאלגענד איז די ערשטע זייט פון מיין ארטיקל וואס איך האב מחליט געווען נישט מפרסם צו זיין.
- בייגעלייגטע פיילס
-

- Ma.JPG (92.03 KiB) געזען געווארן 239 מאל