כ"ק מרן ירושלימער רב שליט"א - באזוכט ניו יארק און אומגעגענט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

כ"ק מרן ירושלימער רב שליט"א - באזוכט ניו יארק און אומגעגענט

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 21, 2015 10:37 pm

בזמן שהצדיק בעיר
יהדות החרדית דארה"ב בכלל, און ניו יארק בפרט, זענען נאך אלץ אונטערן העכסט-געהויבן רושם, רישומא דקדושה, וואס כ"ק מרן מרא דארעא, ארעא קדישא, קדישא עילאה, ירושלים של מעלה, גאב"ד ופוסק הדור שליט"א, האט איבערגעלאזט דאהי במשך זיין גאר-קורצע, אבער רייכטספולע, באזוך אין ניו יארק, לשמחת לבם פונעם חרדישן ציבור, שארית הפליטה, אשר לא כרעו לבעל.

אריה יורד לבבל
דער רב שליט"א איז תיכף ביים אנקומען צוגעפירט געווארן - דורך נאמני ירושלימע רבנות אין ארה"ב - צום הויפטקווארטיר פון גרעסטן אידישע רבנישע קאנסולאט, דעם באקאנטן אלט-יעריגן הסתדרות הרבנים דאמריקא, מיט די השתתפות פון אירע הויפט רבנים, עסקנים און עסקניות. יו"ר האסיפה האט מקבל-מיט-ברכה געווען דעם חשוב'ן גאסט, און האט דערביי מפליא געווען די פעולות פון רב שליט"א בעיר ה' שמה, ווי דער רב שליט"א שטייט בראש המערכה קעגען די משנאיך נשאו ראש, ואנן מהכא מצללין לחיי מלכא, שיאריך ימים על ממלכתו עד זקנה ושיבה. סגן נשיא הסתדרות הרבנים האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה, און גאר טרעפליך געטייטש די פסוקים "ברוך הבא בשם ה'" ווי פאסיג די פסוק ענדיגט בלשון רבים "ברכנוכם", צוליב די זכות הרבים התלוים בו.

אורים ותומים
אויפן טיש זענען פארגעלייגט געווארן שאלות בעניני הלכה והשקפה וואס זענען שטארק נוגע און אקטואל פארן אמעריקאנעם יהדות החרדית, וכאשר ישאל איש בדבר אלקים, האט ירושלימער רב, משה שפיר קאמרת, אנגעוויזן בטוב טעם ודעת די גענויע צוגאנג צו יעדע זאך עפ"י דעת תורה, תורה הקדושה, ומסורת רבינו הקדושים נ"ע. צוליב דעם וואס די נושאים על הפרק זענען דברים שהצניעות יפה להם, זענען נישט געווען אנוועזנד מקורבים און משמשים בקודש, און אזוי אויך איז נישט פובליצירט געווארן די החלטות און די תשובות הבהירות.

אשרי יושבי ביתך
פון דארט איז ירושלימער רב שליט"א צוגעפארן צו זיין אכסניא בקודש, און אויפגענומען נאנטע משפחה און נדיבים בעם, וואס זענען מוזיל מכיסם למוסדות הקדושים בארץ הקודש.

שמירה עליונה
ויהי ממחרת, וביום השני, ביים צווייטן טאג פון באזוך, איז דער רב שליט"א אויפגענומען געווארן ברוב פאר והדר ביים הויפטקוואטיר פון די ניו יארקע פאליציי, ווי ס'האט אפגעווארט הויפטן פון פארשידענע אפאזיציעס אינהאלב דעם גרויסן אלעמען באקאנטע ען. וויי. פי. די. הרה"ח יונה יפה שליט"א, הרה"ח אליהו קליינמאן שליט"א און הרה"ח אלווין כעס שליט"א. ביים פארמאכטן אסיפה איז אויסגעשמועסט געווארן די ספעציעלע אידישע אנגעלעגנהייטן צווישן די ען. וויי. פי. די. און די היימישע ציבור, ווי ל"ג בעומר פייערן, און פארטאגס-שעה'ן שמחת-בית-השואבה'ס און איבער-טראגעדיגע כ"ו אב פארקער אויף די 17. בפה מפיק האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט די קשר צווישן די ען. וויי. פי. די. צו די פאליציי אין ארץ הקודש, ווי ביידע האבן איין איינציג אינטערעס צו היטן אנ"ש מכל פגע רע, ובפרט תשב"ר, ואכמ"ל. אויפן וועג ארויס זענען די אידישע אפיצירן אדורך דעם רב שליט"א בקו"פ לברכה.

פועל ישועות
בתלת הוי חזקה. אינעם דריטן טאג איז ירושלימער רב שליט"א צוגעפארן בדחילו ורחימו צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבינו זי"ע ועכי"א. דארט האבן אפגעווארט פארשטייער פון די מוסדות וואס האבן געטיילט מיטן רב שליט"א די פרישע רייע אויפטוהען אינערהאלב די מוסדות'ן, און דער רב שליט"א ענה לעומתם מיט גרויס הנאה דקדושה, און געוואונטשען הצלחה אויף ווייטער. דערנאך איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען צום אוהל הק' און מיט גרויס התרגשות געשריבן קו"פ, און געזאגט די קאפיטלען כנהוג, ובשם כל ישראל גע'פועל'ט פאר אלע אידן כל טוב וטוב. פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום בית המדרש הגדול, און מנדב געווען במתנה זיין ספר אויף מס' ראש השנה.

פאר שיעורים פון רב שליט"א, זעהט דא
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 21, 2015 10:43 pm

קאווע איך ווייס נישט וואס די האסט דיך איצט אויפגעוועקט, דער מנחת יצחק זי''ע לעבט שוין נישט כמעט 30 יאר, ער איז דאס לעצטע מאל געווען דא אין ניו יארק ביים יובל העשר של התייסדות פון קרן הצלה....
קאך_לעפל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 689
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 747 מאל

הודעהדורך בן נריהו » מיטוואך יולי 22, 2015 1:00 am

ווירקליך שטוינענד. "ויראו ממך".
בן נריהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 22, 2015 1:47 am

בן נריהו האט געשריבן:ווירקליך שטוינענד. "ויראו ממך".

נו. ביטע ענדיג שוין צו דעם פסוק..."כל עמי הארץ"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך יולי 22, 2015 3:23 pm

קאווע שטיבל איז כדי פאר דעם אשכול אליינס!!!

:D :לאךהויך: :like
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יולי 22, 2015 4:24 pm

ווען איך האב געזען אז @קאווע טרינקער האט געעפנט אן אשכול איבער 'גאב"ד ירושלים', האב איך שוין גלייך פארשטאנען אז קאווע טרינקער באהאלט דא עפעס א גוט שפיצל, כדרכו בקודש.

און ער האט מיך טאקע נישט אנטוישט...
רבותי, ס'איז א געפערליכע סכנה צו לעבן.
מ'קען נאך חלילה שטארבן...
באניצער אוואטאר
שש משזר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 980
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 1039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2724 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט