דורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג יולי 21, 2015 11:17 pm
אינטערסאנט איז אז זי איז זייער א נאטורליכע. היינט פארמיטאג בין איך ארויס אין דער גאס און כ'האב געזעהן ווי עס ווערט שטארק פארוואלקענט. אוודאי האט יעדער ליב א ליכטיגע זוניגע טאג, איך אויך. האב איך אבער געטראכט אז די מצב איז שוין יא אזוי זאל איך שוין הנאה האבן אויכעט. דא איז מיר ארויף אויפן געדאנק דעם ערשטען חלק.
גייענדיג נאך א מינוט צוויי בין איך פונקט פארביי א שטח וואס איז אין אלגעמיין טונקעלער פון די אלגעמיינע גאס. נאך מיט א דיקע הימל מיט שווערע וואלקענעס אוודאי און געוויס. דא איז מיר שוין אויפגעבליצט אין מחשבה א צווייטע געדאנק, וואס טאקע איז אזוי פרייליך מיטן פארוואלקענטקייט? אה! טונקעלקייט, די היימליכע טיעפקייט פון זיסן פינסטערניש, דאס איז עס!!. דא האב איך, אין קאפ, פארפאסט דעם צווייטן טייל.
נאך גייענדיג האב איך ארויסגענומען מיין טעלעפאון און איר אויפגעטייפט. ווען כ'האב מיך ענדליך אוועקגעזעצט בין איך עס איבערגעגאנגן און מגיה געווען קליינע שינויים און גלייך ארויפגעשטעלט נאך איידער די וואלקענעס צובלאזען זיך איטליכע אויף זיין וועג
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'