הפצת אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הפצת אמונה

שליחה דורך מפיץ אמונה »

איך האב שוין געשריבן אין די שלום-עליכם אשכול, וואס מיין ציהל דא איז, אצינד וועל איך אנפאנגען.

אזוי ווי עס איז מיר שוין כמה וכמה פעמים צו רעדן מיט יינגעלייט וואס מוטשען זיך אין אמונה-עניינים, און עטליכע פון זיי האבן ציטירט ווערטער פון קאווע שטיבל, האב איך א קוק געטוהן דא, און איך האב געזעהן אז עס איז פארהאן דא אסאך סחורה, (כאטש עטליכע מאל איז עס אזוי ווי געמאלן וואסער), אבער צו מיין באדויער האב איך געזעהן ווי קיינער ענטפערט נישט אפ שכל׳דיג די אפ-לאכער אדער די משכילים, און זייער ווערטער בלייבן רוב מאל דאס לעצטע ווארט.

נאכן זיך אדורכרעדן מיט א גוטער ייד, און אראפלייגן אלע מיינע צדדים, צו איך זאל יא שרייבן דא אדער נישט. האט ער מיר געזאגט: אז ער איז זיכער אז די אלע וואס קומען אהער זענען שוין ממילא פגום אין אמונה פשוטה, דעריבער וואלט נישט געשאדט צו רעדן קלאר.

הקדמה: מיין צו-גאנג קען זיך אויסזעהן אביסל אויפגעקלערט פאר עטליכע, אדער מצומצם פאר אנדערע. אבער איך וויל מבהיר זיין אז אלעס איז אדורכגערעדט געווארן מיט רבנים און גוטע יידן, כי לא מלבי.

צום אלעמען ערשט, וויל איך מקדים זיין, פאר די וועלכע טענה׳ן אז זיי זענען ״נאר״ אויפגעקלערט, זיי גלייבן אין די י״ג עיקרים, אבער זיי זענען מפקפק אין די קדמות הזוהר (למשל). וויל איך קלאר מאכן, אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איהר וועט זיך טרעפן אפגעזעקלט פון אלעם, (אויב האלט איהר נאכנישט דארטן - רחמנא לישזבן). די מינוט וואס א איד איז מטיל ספק אין אמונה פשוטה, אדער ער פראבירט זיך איבערקליגן, אין לדבר סוף, ותוצאותיו מי ישורנה.

יעצט וויל איך רעדן אפען צו די וועלכע זענען מפקפק אין עיקרי הדת, עס איז ליידער נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך צווישן אונז (יא, דו לייענסט גוט אין דיין ביהמ״ד אויך) אידן מיט שמונה בגדים, וואס ליידער גלייבן זיי נישט אין גארנישט, און זייער נישט גלייבן איז משפיע אויף זייערע מעשים בצינעה, (אהן קיין שום מעצור פון די חמורות שבחמורות).

די שיטה פון אוועק-מאכן און אראפ-קלאפן די קאנפעדענט פון דער מפקפק באמונה (וואס איך פלעג אמאל נוצן) ארבעט שוין נישט. אלזא, איך רעד דא צו קלוגע אינגעלייט געלערנטע הן בחכמות חיצונית והן בחכמת התורה, לאמיר זיך פראבירן פארשטיין.

איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין קיין וויכוחים, (קיינער האט דאך גארנישט געפרעגט), אבער איך וויל פארשלאגן א מהלך ווי אזוי מ׳קען זיך אויסלייזן פון אמונה נסיונות, און איך מיין מען קען זאגן אז - ברוך השם - ורבים השיב מעוון.

רוב פון די טענות פון די משכילים איז אז אונז ארטאדאקסישע אידן האבן משנה געווען די ארגינעלע תורה, און אז - חס ושלום - מיר זענען זיך מתעלם פון זאכן וואס שמעקט אונז נישט ווען אין די זעלבע צייט זענען מיר מחמיר אין אנדערע זאכן אומזינסט. זאג איך אזוי: כאפ דו דיינע זאכן וואס דו האלטסט איז וויכטיג און ריכטיג, ווי למשל אלע מצוות שבין אדם לחבירו, זיי זיי מקיים צוליב דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן, און טראכט אז דו ביסט מקיים א מצוה דערמיט, וועסטו זעהן אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועלסט אנקומען צוריק על דרך הישר.

דער אשכול פארמאגט 191 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר