מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך BAL TSHIVA » פרייטאג יולי 17, 2015 4:38 pm

בעל תשובה
ס׳שטימט נישט מיט די מציאות! רוב קרית יואל איינוויואנער און רוב חסידים וואס זענען געגאנגען אין ישיבה מיטשעט זיך בדרך כלל צו ענדיגן דאס חודש, משא״כ רוב פרייע אידן אין אמעריקא וואס האבן באקומען א נארמאלע education לעבן אין prosperity!.

און ווייל ס׳איז געלונגען פאר איינעם אדער א מיעוט מיינט נאך נישט אז מ׳דארף נישט אין General עדזשויקעיטן דעם עולם![/quote]
פרייע אידן? מיז נישט אז פאדינט מער פין א uneducated היימישע אינגערמאן, זיין לעבן איז ביליגער קען ער זיך ערלויבן מער.
זיין אנגעטיעכטס אויף א פשוטע דינסטיג איז נישט מער ווי $100 max, including א היט.
BAL TSHIVA
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך BAL TSHIVA » פרייטאג יולי 17, 2015 4:45 pm

א איד האט געשריבן:מייקראסאפט האט עם אריינגעווייערט די געלט אין זיין אקקאונט?
אדער עס מיינט אז ער מיט די גאנצע קאמפאני ארבעטן יעצט ביי מייקראסאפט, און ער האט נאר רויעלטי שעירס?

Terms of the transaction weren’t disclosed. But it’s the
first big public move out of the Microsoft MSFT -0.19% Dynamics business applications teams since it was swept into the software giant’s cloud and services group as part of a massive reorg in June.
http://fortune.com/2015/07/16/microsoft-field-services
BAL TSHIVA
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג יולי 19, 2015 10:00 pm

Copy/paste

חברה,
טשיל איט טשיל איט
שלמה בוים פון קרית יואל האט געטשעקט זיין באנק אקאונט לעצטנס און ער זעהט דארט נישט די מיליאנען וואס ער האט געדארפט באקומען לויט אלע בלאגערס און אלעס ווייסערס, איבעראל רעדט מען דערפון און אינטערסאנט אז נאר ער ווייסט נאכנישט דערפון...

כ'האב זיך לעצטנס אויסגעלערנט אז אלעס וואס מ'הערט דארף מען זיך פיצן די אויערן עטליכע מאל זיכער צו מאכן אז מ'הערט גוט, נאכדעם דארף מען הערן צוויי מאל צו מ'האט גוט געהערט און נאכדעם דארף מען זעהן צו דער וואס האט עס געהערט פון געהערט האט טאקע געהערט.

אלעס וואס מ'הערט און וואס מ'לייענט, אפי' פון גוטע סארסעס, קענען זיין פול מיט גוזמאות און אסאך שטותים

איך ווייס ממקור ראשון, ראשון שבראשונים (איינע פון די שותפים זיינע), די גאנצע זאך איז מיט גוזמאות עד אין לשער. יענער זאגט מיר, ס'איז א בחינה פון ויחד, פון איין זייט פריי איך זיך אז קיינער זעהט נישט מיין נאמען דערין אבער ס'טוט מיר וויי פאר שלמה, א פיינער אינגערמאן, ער פארדינט זיך נישט אזאנס

נישטא קיין ניין און דרייסיג רעדלעך, יא דא אסאך אינוועסטירערס און נאכדערצו האלט מען נאך פארן 'קלאוזינג', ס'דארף נאך אסאך אסאך געשעהן ביז מ'וועט 'קלאוזן' און נאכדעם גייט דאס געלט נישט קומען אין 'איין' ווייער אריין אין באנק אריין, ס'איז א מעשה פון א שיינע פאר יאר ביז אלע שותפים וועלן זעהן זייערע גרייצער פונעם ביליאנערסקע מייקראסאפט (און אלע אומ-פארגינער קענען נאך פורבירן צו שטערן...)

ואידך, אפי' וואס די שותפים וועלן יא באקומען וועט נאר זיין א חלק נאכן 'קלאוזינג' און א חלק במשך די קומענדיגע יארן, און מייקראסאפט וויל אז די חברה זאלן נאך בלייבן ארבייטן אפאר יאר דערויף, ס'איז דאך אזוי מין ווייט פון גלאטע 39 רעדלעך אין באנק אריין...

למעשה לויפט מען נאך א אינגערמאן כאילו ער האט יעצט געמאכט ניין און דרייסיג מעלאנעס אבער ער אליין ווייסט נאכנישט דערפון...

עקטשולי קיינער ווייסט נישט פון וואו די נאמבער קומט בכלל, גיי ברעך זיך קאפ אין די היינטיגע סאשעל נעטווארק עפאכע...

אמת אז ס'דא א דיעל, און גראדע א גוטע ביזנעס דיעל און א פאזעטיווע זאך אז א היימישער אינגערמאן 'קען אויך' שליסן א מקח'ל מיט'ן קאמפיוטער ריז מייקראסאפט, נאר פון דארט ביז די אלע 'גרופע שטותים' איז פאלג-מיר-א-גאנג

קומט אראפ ביטע
לאזט יענעם לעבן
הצלחה ברכה
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1067 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יולי 19, 2015 10:04 pm

Copy/paste ווייסט געווענדלעך וואס ער רעדט.
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » זונטאג יולי 19, 2015 10:08 pm

ראשעקאל האט געשריבן:שלמה בוים שרייבט וועגן די עקוועזישען
http://blog.fieldone.com/microsoft-fiel ... hloma-baum

@עזריאל קוק די לינק וואס שלמה בוים שרייבט.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג יולי 19, 2015 10:09 pm

וואס איז דער סאפטוועיר וואס ער האט פארבריצירט?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1865
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 3913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3383 מאל

הודעהדורך פאטעטא טשיפס » זונטאג יולי 19, 2015 10:22 pm

@ברסלבער ער האט פראדוצירט א מולטי-פלעטפארם פראגראם פאר פירמעס וואס שיקן ארויס זייערע ארבעטערס (אויפ'ן פיעלד).

טשעק אויס זייער וועב זייטל אויף fieldone.comfieldone.com.
פאטעטא טשיפס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

הודעהדורך א איד » זונטאג יולי 19, 2015 11:38 pm

א שאד עטץ האטס מיר ארויסגענומען די לופט פון די רעדער, איך האב ענדליך קוים מיט צרות זיך פארשאפט שלמה בוים׳ס נומבער, כהאב שוין געמיינט, אז איך וועל קענען ארויסשלעפן אפאר דולער, פון דעם מולטי מיליאנער, און וואס האב איך דערפון יעצט?
אז ער זאל מיר ארויף לייגן דעם גדר פילטער.
מי כעמך ישראל!!
נישטא נאך אזא פאלק ווי דאס אידישע פאלק!!

קרעדיט @פריעד באטשי
באניצער אוואטאר
א איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 782
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 394 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג יולי 20, 2015 5:18 pm

ברסלבער האט געשריבן:וואס איז דער סאפטוועיר וואס ער האט פארבריצירט?

ליין דא
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2441
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 2229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

הודעהדורך ל.רוזן » מיטוואך יולי 22, 2015 12:06 am

uploadfromtaptalk1437537928018.jpg
uploadfromtaptalk1437537928018.jpg (342.01 KiB) געזען געווארן 1002 מאל
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

הודעהדורך ל.רוזן » מיטוואך יולי 22, 2015 9:17 am

uploadfromtaptalk1437571038305.jpg
uploadfromtaptalk1437571038305.jpg (69.56 KiB) געזען געווארן 900 מאל
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך יולי 22, 2015 11:35 am

דאס קידוש השם האט אפגעקלינגן מסוף עולם ועד סופו. דאס האט עטוואס אפגעשלאגן די טעגליכע חילול השם ווי איגענטליכע פאלנע גוים ווערן טעגליך אויסגעקויפט דורך די גינגאטישע טעק קאמפעניעס, טייל מאל לייזענדיג איבער א ביליאן.
"רק בקריאת שם ישראל די" - צדקת הצדיק, אות נ"ד, קודם ששלטו בו ידי צנזורים
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2030
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2822 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 22, 2015 4:12 pm

פארוואס דארף מען בכלל גיין ארבעטן אין קרית יואל?, מ׳זעט דאך א ״פאקט״ אז 60 מענטשען אין קר״י האבן פרנסה און זיי מאכן ״קידוש השם״ והא ראי׳ ס׳שטייט בפירוש אין די ״טריביון״ ? און למעשה זענען אונז די ״רייכסטע״ שטעטל אין אמעריקא!!! מיטן הילף פון השי״ת באקומען מיר די מערסטע גאווערמענט סובסידיעס פון עני שטעטל אין גאנץ אמעריקא דאס אלעס איז צו פארדאנקן אונזערע פעסטע איבערגעגעבענע פאליטשאנס מיט טשערי לייטס וואס זענען גאר מעכטיג גרויס ביי די גאווערמענט און מ׳זעט פאר א פאקט אז מ׳קען מען זיצן אין כולל און קוועטשען די באנק וואס פעלט אויס די גאנצע עדזשיוקעישאן? למעשה פעלט עס ביי אונז נישט אויס והא ראי׳ יאקאבאבביטש לעפקאוויטש קעסטענבוים שווימער און שלמה בוים האבן גאנץ פיין מצליח געוועהן אן די קאלעדזש משוגעתן!

און מ׳וועט זיי נישט פארציילן אז ס׳איז דא א גרופע פון בערך פינף מיליאן מענטשען אין אמעריקא וואס זענען אויך ״אידן״ און זיי פארלייגן זיך זייער שטארק אז זייערע קינדער זאלן באקומען די בעסטע עדזשיוקעישאן וואס איז נאר מעגליך און זיי פילן אן אלע Ivy league colleges אין אמעריקא און די רעזולטס פון דעם איז אז די גרופע אידן זענען די רייכעסטע מינאַרעטי אויף די גאנצע וועלט!!! און די וועלטס בעסטע דאקטורים, לויערס, סייענטיסטן, עקאנאמיסטן, אַרכיטעקטן, אינזדשענירן, כעמיקער, פיסיקער, אינטעלעקשולס, פיליספאָרעס, קאָמעדיאַנס, דירעקטאָרס, פּראָדוסערס, סופרים קאורט ריכטער, יועצים פארן פרעזידענט, CEO פון די גרעסטע קאמפניס אין אמעריקא, און פון די גרופע אידן וואס זענען ניטאמאל איין פראצענט פון די וועלטס population זענען אבער 60 פראצענט פון די רייכעסטע מענטשען אויף די פאָרבס ליסטע! און ווען איינער וועט אייך דעס פרעגן זאלט איר ענטפערן די סליפּי סלאופּ ארגומענט אזויווי יענער@BAL TSHIVA האט גענטפערט אז למעשה זייער לעבן קאסט נישט מעהר ווי עוורידזש שווארצער און פארטריקאַנער! זיי דארפן נישט גיין מיט קיין דזשי און דזשי סוטס און זייערע היט איז ביליגער ווי ביי קרויס און זיי באצאלן נישט קיין 180 דאללער א חודש פאר שכ״ל ווייל זיי שיקן אין פובליק סקול און זייער רענט אויף פארק עוועניו אין מאנהעטן ווערט באצאלט דורך סעקשאן אכט!

מ׳וועט זיי ח״ו נישט פארציילן אז אמאל איז געוועהן א אידישע מיידל רחל פרענקל ע״ה Rosalind Franklin פון א פרומע שטוב אין לאנדאן וואס האט זייער שטארק געוואלט גיין אין קאלעדזש טראץ איר טאטעס קעגענערשאפט און למעשה איז זי ליידער יא געגאנגען אין קאלעדזש און זי איז געוועהן איינע פון די פיר מענטשען וואס האבן אויסגעטראפן DNA און זי האט געטוישט די מעדצינישע וועלט פאר אייביג!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך יולי 22, 2015 4:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון איינע פון די עלטערן אין זייער דעוועלעפינג יארן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן.
-יואליש,ק״ש
שבת אחים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 535
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
האט שוין געלייקט: 1327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך יולי 22, 2015 6:54 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געוואלדיג אום מיטוואך יולי 22, 2015 11:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: שוין נישט נוגע
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 763
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1776 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

הודעהדורך BAL TSHIVA » מיטוואך יולי 22, 2015 11:56 pm

@שבת אחים ישר כח פאר די שיינע מעשה פין מרת. רחל פרענקל ע"ה, איך האב קיינמאהל נישט גיהערט פין דעם, במילא האב איך הנאה אז זי האט געטהון וואס מיר האבן געשריבן אויבן.
לאמיר זעהן וואס מיט איהר האט פאסירט:
#1 זי האט נישט באקימען די tools מיט וואס זי זאל קענען אנקימען צי א גוטן דזאב, איז זי גיוועזן פארנימען א גאנצן טאג מיטן זיכן וועם אין וואס צי באשילדיגען? ניין, זי האט געטהון למעשה אין זיך געגאנגען לערנען אין קאלעדזש.
#2 מ' האט איהר נישט געלאזט ג'יין אין קאלעדזש, האט זי דאס באוויינט א גאנצן טאג? ניין, נאר זי האט געטהון וואס זי האט פארשטאנען איז רעכט אין געגאנגען לערנען אין קאלעדזש.
The point is , we both agree that the system doesn't do us justice, but, instead of crying about it and get nowhere, let's be construtive, let's do it on our own, if you're not allowed to go to college and you feel this is what you have to do in order to be successful, JUST DO IT.
אין פייף אן יעדעם איינער, העכער ווי די fireworks ביי מגילה ליינען.
BAL TSHIVA
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:08 am

דער מאמענט האט פארלוירן ביי מיר די לעצטע קרעדיביליטי, זיי לייקענען דאס וואס איז געווען באריכטעט אין "פארשידענע פלעצער" די סומע פון 39 מיליאן.
זיי ווייסן נישט ווער ראשעקאל איז, און וואס א ווארט פון איהם מיינט..
זאגסט דאך אזוי גוט! זאג עס איבער נאכאמאל... (ר' מיכלע מנתני')
ריכטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:47 pm

לעניית דעתי איז דער טרוביון און מאמענט א גרויל פון ערשטן קלאס מכמה טעמים. צום ערשט פראבירט ער נאכצומאכן דעם גוי מיטן באשרייבן פרעזענדליכע מענטשן מידי שבוע ושבוע. אויסער די שטותים וואס ער שרייבט דארט צוזאם האט ער די וואך גערירט א קלימאקס. ער גייט באשרייבן א דיעל וואס א אינגערמאן האלט אינמיטן מאכן, און ער ווייסט שוין אפילו דעם גענויען ציפער. דער דיעל, וואס מייקראסאפט שרייבט אלייין איז נאכנישט פערטיג, קודם איז עס א פארטנערשיפ, און סוף יאר וועלן זיי וועליועטען די סאפטווער אפשאצן א ריכטיגער קלאזינג נומער. די דיעל איז נאך אויפן טיש, און דער מאגאזין שרייט שוין 'קידוש השם' מיטן פונקטליכן ציפער. ווייטערדיגע קאמענטערן זענען איבריג.
אז מען עסט אסאך ווערט מען גראב. (קריס קריסטי)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 481
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:55 pm

פרייוויליג האט געשריבן:לעניית דעתי איז דער טרוביון און מאמענט א גרויל פון ערשטן קלאס מכמה טעמים. צום ערשט פראבירט ער נאכצומאכן דעם גוי מיטן באשרייבן פרעזענדליכע מענטשן מידי שבוע ושבוע. אויסער די שטותים וואס ער שרייבט דארט צוזאם האט ער די וואך גערירט א קלימאקס. ער גייט באשרייבן א דיעל וואס א אינגערמאן האלט אינמיטן מאכן, און ער ווייסט שוין אפילו דעם גענויען ציפער. דער דיעל, וואס מייקראסאפט שרייבט אלייין איז נאכנישט פערטיג, קודם איז עס א פארטנערשיפ, און סוף יאר וועלן זיי וועליועטען די סאפטווער אפשאצן א ריכטיגער קלאזינג נומער. די דיעל איז נאך אויפן טיש, און דער מאגאזין שרייט שוין 'קידוש השם' מיטן פונקטליכן ציפער. ווייטערדיגע קאמענטערן זענען איבריג.

ריכטיג האט דאכצעך געשריבן אז זיי האבן נישט געשריבן אז דאס איז די נאמבער?
ליין איבער זיינע ווערטער.
וואס זאגסטע? זאג איבער!
פריעד באטשי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 598
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 392 מאל

הודעהדורך האמת לאמיתו » דאנערשטאג יולי 23, 2015 4:43 pm

ריכטיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:יעדער איז ביזי מיט די ארומיגע דיטעילס און שטותים, לאמיר רעדן תכלית!
ווען נעמט ער אויף?

ווער באקומט די מעשר?

וועד הקרי' און די ווילידש....
אויך דער אמת מיז זיין מיט אן אמת
האמת לאמיתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2015 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג יולי 24, 2015 2:54 pm

וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 5787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4306 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

הודעהדורך ל.רוזן » פרייטאג יולי 24, 2015 7:31 pm

uploadfromtaptalk1437780522404.png
uploadfromtaptalk1437780522404.png (355.07 KiB) געזען געווארן 34 מאל
uploadfromtaptalk1437780466375.png
uploadfromtaptalk1437780466375.png (413.93 KiB) געזען געווארן 34 מאל
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 0 געסט