שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג יולי 21, 2015 12:59 am

אויבערלענדער חכם האט געשריבן: סוד העבר

עס איז כדאי מקדים צו זיין אז אין דער וואך'ס פרשה שטייט "אלה הדברים אשר דבר משה בעבר הירדן", שטעלט זיך די שאלה, וואס מיינט "בעבר הירדן" - די אנדערע זייט ירדן - דאס איז נאר די "אנדערע זייט" רעלעטיוו צו איינער וואס שטייט אויף די "אנדערע זייט". מען זעהט פון דא אז דער תורה איז געשריבען געווארען פון א פערספעקטיוו (perspective) פון איינער וואס איז אין ארץ ישראל, און ער זאגט אז משה איז געווען "בעבר הרדן" - אויף די "אנדערע" זייט ירדן. עיין אבן עזרא והדברים ידועים. מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס "מערב" רופט זיך אהן "ים" אין די תורה, ווייל דער "ים הגדול" איז אויף דער "מערב" זייט פון ארץ ישראל.

איך זעה נישט די גרויסע טענה פון בעבר הירדן ווייל עס לאזט זיך גרינג זאגן אז עס איז געשריבן געווארן בעיקר פאר אידן וואס גייען וואוינען אין א"י און לויט זייער פערספעקטיוו, און אזויווי דער רשב"ם סוף פר' חוקת שרייבט
מעבר לירדן יריחו כלומר כנגד ירדן וכנגד יריחו לא למטה בירדן ולא
למעלה מיושבי ארץ ישראל ראוי ליכתב מעבר לירדן לאותם שעברו את הירדן
שלהם קרוי ערבות מואב מעבר לירדן

איר האט פארשטאנען אז דאס איז געווען דעם אבן עזרא'ס פראבלעם צו וואס ער האט געדארפט ברענגען דעם סוד י"ב? איך האב פארשטאנען אז זיין פראבלעם איז געווען די גאנצע הקדמה ביז פסוק ו' וואס איז אנדערש ווי שאר פרשיות התורה און אויך איז עס אנדערש ווי גאנץ ספר דברים ווי משה רעדט בגוף ראשון, און אזוי אויך די אנדערע מ"מ וואס ער ברענגט פון קאפיטל ל"א רעדט אויך בגוף שני, שד"ל אין המשתדל האט פארשטאנען אז די פראבלעם איז מיטן פסוק אחד עשר יום מחורב, (אגב גייט ער דארט ארויס אין א ווילדע rant אנטקעגן שפינוזה פארן אפלערנען דעם אב"ע אז נישט משה האט עס געשריבן)
יעצט זיכענדיג זעה איך אז מטוט און לערנט טאקע ווי אייך אז די פראבלעם איז מיט 'בעבר הירדן'
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
גבאי חודש אב
גבאי חודש אב
 
הודעות: 1139
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 3474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג יולי 21, 2015 1:10 am

לגבי דעם רשב"ם וואס איך האב געברענגט,מארק שפירא אין זיין "the limits of orthodox theology " ברענגט דעם רשב"ם אלץ איינע פון די ראשונים וואס האבן אנגענומען אז משה האט נישט געשריבן געוויסע חלקים פון די תורה, אבער באמת אז מען קוקט אריין אין רשב"ם זעהט מען אז ער האט נישט ריכטיג אפגעלערנט, איינער האט אים קריטיקירט אויף דעם און מארק האט געענטפערט אז די נוסח וואס מיר האבן איז גאר א צענזורירטע נוסח דורך דוד ראזין אבער באמת שטייט יא אזיווי ער האט געברענגט, און אלץ א ריאה ברענגט ער פון א ענגלישע תרגום פונעם רשב"ם, למעשה האב איך נישט געטראפן אזא גירסא און לכאורה איז דאס א טעות פון אים,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
גבאי חודש אב
גבאי חודש אב
 
הודעות: 1139
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 3474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » דינסטאג יולי 21, 2015 10:06 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן: סוד העבר

עס איז כדאי מקדים צו זיין אז אין דער וואך'ס פרשה שטייט "אלה הדברים אשר דבר משה בעבר הירדן", שטעלט זיך די שאלה, וואס מיינט "בעבר הירדן" - די אנדערע זייט ירדן - דאס איז נאר די "אנדערע זייט" רעלעטיוו צו איינער וואס שטייט אויף די "אנדערע זייט". מען זעהט פון דא אז דער תורה איז געשריבען געווארען פון א פערספעקטיוו (perspective) פון איינער וואס איז אין ארץ ישראל, און ער זאגט אז משה איז געווען "בעבר הרדן" - אויף די "אנדערע" זייט ירדן. עיין אבן עזרא והדברים ידועים. מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס "מערב" רופט זיך אהן "ים" אין די תורה, ווייל דער "ים הגדול" איז אויף דער "מערב" זייט פון ארץ ישראל.

איך זעה נישט די גרויסע טענה פון בעבר הירדן ווייל עס לאזט זיך גרינג זאגן אז עס איז געשריבן געווארן בעיקר פאר אידן וואס גייען וואוינען אין א"י און לויט זייער פערספעקטיוו, און אזויווי דער רשב"ם סוף פר' חוקת שרייבט
מעבר לירדן יריחו כלומר כנגד ירדן וכנגד יריחו לא למטה בירדן ולא
למעלה מיושבי ארץ ישראל ראוי ליכתב מעבר לירדן לאותם שעברו את הירדן
שלהם קרוי ערבות מואב מעבר לירדן

איר האט פארשטאנען אז דאס איז געווען דעם אבן עזרא'ס פראבלעם צו וואס ער האט געדארפט ברענגען דעם סוד י"ב? איך האב פארשטאנען אז זיין פראבלעם איז געווען די גאנצע הקדמה ביז פסוק ו' וואס איז אנדערש ווי שאר פרשיות התורה און אויך איז עס אנדערש ווי גאנץ ספר דברים ווי משה רעדט בגוף ראשון, און אזוי אויך די אנדערע מ"מ וואס ער ברענגט פון קאפיטל ל"א רעדט אויך בגוף שני, שד"ל אין המשתדל האט פארשטאנען אז די פראבלעם איז מיטן פסוק אחד עשר יום מחורב, (אגב גייט ער דארט ארויס אין א ווילדע rant אנטקעגן שפינוזה פארן אפלערנען דעם אב"ע אז נישט משה האט עס געשריבן)
יעצט זיכענדיג זעה איך אז מטוט און לערנט טאקע ווי אייך אז די פראבלעם איז מיט 'בעבר הירדן'

לא רציתי להיות הולך רכיל ומגלה "סוד" ולכן כתבתי בדרך שמשכילים ילכו בו וחסידים יכשלו בו.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

הודעהדורך רוסישער » דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:12 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:לגבי דעם רשב"ם וואס איך האב געברענגט,מארק שפירא אין זיין "the limits of orthodox theology " ברענגט דעם רשב"ם אלץ איינע פון די ראשונים וואס האבן אנגענומען אז משה האט נישט געשריבן געוויסע חלקים פון די תורה, אבער באמת אז מען קוקט אריין אין רשב"ם זעהט מען אז ער האט נישט ריכטיג אפגעלערנט, איינער האט אים קריטיקירט אויף דעם און מארק האט געענטפערט אז די נוסח וואס מיר האבן איז גאר א צענזורירטע נוסח דורך דוד ראזין אבער באמת שטייט יא אזיווי ער האט געברענגט, און אלץ א ריאה ברענגט ער פון א ענגלישע תרגום פונעם רשב"ם, למעשה האב איך נישט געטראפן אזא גירסא און לכאורה איז דאס א טעות פון אים,

ווייזט אויס אז ער מיינט דאס וואס רוזן האט מגיה געווען 'לאותם שעברו את הירדן', וואס לאזט זיך טייטשן אז ער מיינט שהכתוב דיבר ע"ש העתיד וכהא דכתובות, אנדערש ווי אין די מהדו' הנפוצות 'לאחר שעברו את הירדן'. וואס יעמאלט איז בפירוש משמע 'שראוי ליכתב כן' נאר נאכן אריינגיין אין ארץ ישראל. למעשה קען מען קוועטשן אויך לויט דער אריגנאלער גירסא אז ער מיינט ווי רוזן'ס טייטש.
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=40236&st=&pgnum=227
איך וויל ניט דיין גן עדן, ניט דיין עולם הבא;
איך דין דיר ניט צוליב מורא פון די פייערס פון גיהינום;
איך וויל מער ניט ווי דיך אליין.

כך היה נשמע בעת דבקותה של מרת ראביא באאסרי (געבארן 717, נפטרה 801) איראק-ירושלים
רוסישער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron