ברעיקינג!!!נאך שווערע האראוואניע און שתדלנות קומט אריין די גאר גוטע בשורה, אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו! די רבי דער בעל דברי יואל זי"ע דער מייסד פונעם הייליג שטעטל האט זיך געמיהט פון אויבן, און
טראץ דעם שטארקע שטיצע וואס די צוויי בילס וואס פרובירן צו שטערן די קרי' נאמנה "קרית יואל" האבן באקומען אין אסעמבלי און סטעיט סענאט, דאך האט דער קוראזשפולער גאווערנער ענדראו קאומאו געטוהן די ריכטיגע שריט און וועטאירט ביידע בילס!!!

- איינס אראפ....
- IMG-20150708-WA178.jpg (111.36 KiB) געזען געווארן 1281 מאל

- נאדער אראפ מיטן צווייטן...
- IMG-20150708-WA171.jpg (80.65 KiB) געזען געווארן 1281 מאל

- אויפן זייטל...
- IMG-20150708-WA125.jpg (159.8 KiB) געזען געווארן 1281 מאל
מ'רעדט דא פון צוויי באזינדערע בילס:
איין ביל איז אז די DEC זאל זיך רעכענענען ווען זיי באשליסען פאר וועם צו געבן ליעד עידשענסי, מיט ענווייראמענטעל ווייאלעישאנס (דאס איז מער פאר די קומענדיגע אנעקסעישאן פריווען...)
די צווייטע ביל איז אז מען זאל דארפן סופער-מאיריטעט בארד מעמבערס עס צו אפראווען קעגן די קאנטי. און מער פשוטער גערעדט, מ'וועט דארפן 4 קעגן 1 צו אפראוון די אנעקסעישאן. ביז יעצט איז א מאיריטעט (3-2) אויך געניג געווען, דאס איז שוין יא היפשע קאפ ווייטאג פאר יעצט...
אויף ביידע איז געווען די עיקר טענה אז ס'איז קעגן דעמעקראטיע... צווישן אנדערע איז געשיקט געווארן א פעטישאן פון אריבער 10 טויזענט אינטערשריפטן צום גאווערנער עס צו וועטאירן, אזוי אויך האט די אגודת ישראל, OU און נאך געשיקט בריוון צום גאווערנער, און טאקע אויך אסעמבלימאן ר' דוב הייקינד און נאך אנדערע. און קוקט אויס ווי דער הויעכגעשעצטער גאווערנער האט דאס גענומען אין אכט...
ווי עס פארשטייט זיך אליינס, זענען יונייטיד מאנרא שרעקליך אויפגעברויזט! זיי האבן דא געכאפט א געזינטן ריק, איינס און א גוטס!
אסעמליבאן סקאפיס דער ספאנסאר פון די בילס שוימט...

- אסעמבלימאן סאקפיס כעס'יג....
- IMG-20150708-WA136.jpg (103.38 KiB) געזען געווארן 1281 מאל
מיין זייטיגע בליק... אין קאורט וועט מען זיך מסתמה טרעפן.... (אבער ווי די היסטאריע האט געוויזן, גייט דאס די ווילידזש געווינען! א רעסיווער האט נאך קיינמאל נישט פארלוירן! און עפעס ליגט מיר אין זכרון אז סקאפיס האט דאס קלאר געזאגט ביים לעצטן הירינג...)