פארוואס דארף מען בכלל גיין ארבעטן אין קרית יואל?, מ׳זעט דאך א ״פאקט״ אז 60 מענטשען אין קר״י האבן פרנסה און זיי מאכן ״קידוש השם״ והא ראי׳ ס׳שטייט בפירוש אין די ״טריביון״ ? און למעשה זענען אונז די
״רייכסטע״ שטעטל אין אמעריקא!!! מיטן הילף פון השי״ת באקומען מיר די מערסטע גאווערמענט סובסידיעס פון עני שטעטל אין גאנץ אמעריקא דאס אלעס איז צו פארדאנקן אונזערע פעסטע איבערגעגעבענע פאליטשאנס מיט טשערי לייטס וואס זענען גאר מעכטיג גרויס ביי די גאווערמענט און מ׳זעט פאר א פאקט אז מ׳קען מען זיצן אין כולל און קוועטשען די באנק וואס פעלט אויס די גאנצע עדזשיוקעישאן? למעשה פעלט עס ביי אונז נישט אויס והא ראי׳ יאקאבאבביטש לעפקאוויטש קעסטענבוים שווימער און שלמה בוים האבן גאנץ פיין מצליח געוועהן אן די קאלעדזש משוגעתן!
און מ׳וועט זיי נישט פארציילן אז ס׳איז דא א גרופע פון בערך פינף מיליאן מענטשען אין אמעריקא וואס זענען אויך ״אידן״ און זיי פארלייגן זיך זייער שטארק אז זייערע קינדער זאלן באקומען די בעסטע עדזשיוקעישאן וואס איז נאר מעגליך און זיי פילן אן אלע Ivy league colleges אין אמעריקא און די רעזולטס פון דעם איז אז די גרופע אידן זענען די רייכעסטע מינאַרעטי אויף די גאנצע וועלט!!! און די וועלטס בעסטע דאקטורים, לויערס, סייענטיסטן, עקאנאמיסטן, אַרכיטעקטן, אינזדשענירן, כעמיקער, פיסיקער, אינטעלעקשולס, פיליספאָרעס, קאָמעדיאַנס, דירעקטאָרס, פּראָדוסערס, סופרים קאורט ריכטער, יועצים פארן פרעזידענט, CEO פון די גרעסטע קאמפניס אין אמעריקא, און פון די גרופע אידן וואס זענען ניטאמאל איין פראצענט פון די וועלטס population זענען אבער 60 פראצענט פון די רייכעסטע מענטשען אויף די פאָרבס ליסטע! און ווען איינער וועט אייך דעס פרעגן זאלט איר ענטפערן די סליפּי סלאופּ ארגומענט אזויווי יענער@BAL TSHIVA האט
גענטפערט אז למעשה זייער לעבן קאסט נישט מעהר ווי עוורידזש שווארצער און פארטריקאַנער! זיי דארפן נישט גיין מיט קיין דזשי און דזשי סוטס און זייערע היט איז ביליגער ווי ביי קרויס און זיי באצאלן נישט קיין 180 דאללער א חודש פאר שכ״ל ווייל זיי שיקן אין פובליק סקול און זייער רענט אויף פארק עוועניו אין מאנהעטן ווערט באצאלט דורך סעקשאן אכט!
מ׳וועט זיי ח״ו נישט פארציילן אז אמאל איז געוועהן א אידישע מיידל רחל פרענקל ע״ה
Rosalind Franklin פון א פרומע שטוב אין לאנדאן וואס האט זייער שטארק געוואלט גיין אין קאלעדזש טראץ איר טאטעס קעגענערשאפט און למעשה איז זי ליידער יא געגאנגען אין קאלעדזש און זי איז געוועהן איינע פון די פיר מענטשען וואס האבן אויסגעטראפן DNA און זי האט געטוישט די מעדצינישע וועלט פאר אייביג!!!
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון איינע פון די עלטערן אין זייער דעוועלעפינג יארן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן.
-יואליש,ק״ש