לעיקוואד האט געשריבן:DotCom האט געשריבן: פון די אלע הבטחות אויף די ימי הגאולה איז דארט קיין זאך נישט מקויים געווארן אחוץ אז די מלוכה איז סא טו סעי אידיש,\
האסט פארגעסן אז דאס איז די איינציגסטע הבטחה וואס איז דא אויף ימי הגאולה לפי שיטת שמואל והרמב"ם, און איז לכולי עלמא די מערסטע וויכטיגסטע דערפון.
אגב, אסאך הבטחות און נבואות וואס אפילו דער רמב"ם האט מוציא געווען מידי פשוטם ווייל עס איז געווען אזוי שוורע זיי צו גלייבען וועגן זמן העתיד, זענען שוין מקוים געווארען היינט אין דער גאנצער וועלט אדאנק די טעכנאלאגישע פארשריט.
עס איז גאנץ זיכער אז א איד אפילו פון זמן הבית קומט היינט און טרעפט די משונה'דיגע שפע און יכולות וואס איז דא אויף דער וועלט, אפילו מיט די אלע 'צרות' וואס מיר האבען ליב צו וויינען אויף זיי, וואלט זיכער געווען אז ער טרעפט זיך בכלל אין גן עדן..
@לעיקוואד
די רמב״ם רעדט פון מלך גרעסער ווי שלמה,אלע מלכי אומות וועלען זיין נכנע אונטער עם, און די רמב״ם רעדט פון א מלך וואס וועט אוועקשטעלען דת ישראל, די רמב״ם רעדט פון די התרוממות כבוד אלקי ישראל איבער די גאנצע וועלט.
מדארף דיך זיין בלינד צוזאגען אז מהאלט בא ימי המשיח להרמב״ם, די רמב״ם רעדט פון משיח בן דוד אלס מלך.
כדרכך שרייבסטו שרייבסטו מיט א פעסטקייט כאילו די זאלסט וועין געהאט דורך געטוהן די סוגיא,די ברענגסט נישט קיין מקורות מכלומרשט ווייל די האסט פשוט נישט קיין געדולד מסביר צוזיין,די שרייבסט נאר אזא רח״ק תשובה,אמאל ווארפסטו אריין עפעס א גאגעל סורטש פון עפעס א ישיבשע גערעדאכץ א שטייגער ווי נחשוני וכדומה.
וחוץ מזה די רס״ג די כוזרי די ראב״ד די רמב״ן האלטען אלע אז סוועט זיין אל טבעי,די רמב״ם איז א שיטה יחידאה.
אויב איינער האט איבריג צייט זאל ער מוחל זיין און שרייבען א בירור.
די ציל פון מיין שרייבען דא איז נישט זיך צו טענהנען מיט מענטשען וואס האבען א פראבלעם מיט יודושקייט,און מיט אננעמען די עיקרי אמונה וואס אונזערע עלטערען האבען מיט אונז געלערענט.
איך שרייב דא נאר פאר איינער וואס פאלט דא אריין און מיינט טאקע אז די רמב״ם איז מגולגל געווארען און לעיקוואד און שרייט צו אונז אז אונז זעמיר שוין אויסגעלייזט,פאר אזא איינעם זאג איך גיי לערען טאקע כוזרי,אמונות ודעות לרסג ,ספר הגאולה פון רמבן.
און צו דיע אלע הבלים וואס @געפילטע פיששרייבט דא צאם.
וועל איך נאר זיך באציען צו איין נקודה.
די עיקר נקודה פון ימות המשיח,פון צו האבען אן אייגענע מלכות,און בכלל די עיקר נקודה פון כלל ישראל איז.
סזאל זיין איין פאלק וואס היט אפ די אויבערשטערס תורה און איז מפרסם אלקותו בעולם.
די ראש השנהיגעדיג שמו״ע שיסודו בבית מדרשא דבי רב,וואס גאנץ כלל ישראל זאגט,איז כסדר פארנומען מיט דעם.
ד.ה. אז סוועט זיין א מלוכה פון די יודישע רעליגיע א מלוכה וואס איז מפרסם אלוקות,און דורך דעם וואס דיע מלוכה וועט מצליח זיין,וועט נתפרסם ווערען די אויבערשטערס מלוכה. און דאס מיינט מלוך על כל העולם וכ״ו וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכ״ו.
די מלוכה היינט וואס האט מיט קיין שייכות נישט מיט יודישקייט און מיט כבוד שמים איז נישט וואס די אלע ספרי נביאים און ראשונים רעדען.
אוודאי בא חסידים ווייסט מען אז די אויבערשטער האט ליב א יוד בין כך ובין כך קרוין בנים וכ״ו,און ער היט און טוט נסים פאר אלע זיינע קינדער,און ער ווארט אויף יעדע יודס תשובה,ממילא אפילו פאר דיע מדינה טוט די אויבערשטער נסים פאר אלע יודען, אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט די פריערדיגע דערמאנטע זאכען.




