אטאקירן א צווייטער ניק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5801 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3932 מאל

אטאקירן א צווייטער ניק

שליחה דורך שמעון וואלף »

זייענדיג א תושב דא קומט מיר אויס פון צייט צו צייט זיך אנצושטויסן אין געוויסע ניקס וואס קריכן אויף די געהירן. איך רעדט נישט פון אזעלכע וואס האבן אנדערע מיינונגן ווי מיר, ווייל מעולם לא אמרתי קבלה דעתי. אדרבה, איך בין דא ווייל איך וויל הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן. איך האב אבער א פראבלעם מיט אזעלכע וואס האבן קיינמאל קיין גוט ווארט פאר א צווייטער און זענען אזעלכע איפכה מסתברה'ניקעס אדער ווען איינער שרייבט עפעס קומט יענער און זאגט "כ'האב שוין לאנג געוויסט דערפון".

וואס קרענקט מיר יא איז אז געוויסע חברה זענען באשאנקן מיט אויסטערלישע שלעכטע מידות, וואס זענען גרייט אריינצושטעכן אין זיבעטען ריפ (קרעדיט:???) אויף אן אינטערגעציפטע פאלשער איידעלע אופן און שטעלן אן א פנים פון אומשילדיגקייט.

ווי יעדער זעהט, שטייען די גבאים אויף די וואך נישט צוצולאזן אז מ'זאל זיך פערזענליך אטאקירן איינער דעם צווייטן. איך רעספעקטיר די תקנת המקום און פארשטיי עס. אז ס'וועט צוגעלאזט ווערן, וועלן אלע שמועסן פארפארן פון די רעלסן און ס'וועט האבן יענץ פנים אזש די ליינער וועלן פארלירן די אפעטיט.

איך וויל פארשלאגן, און איך האף אז די הנהלה וועט מסכים זיין, אז דער אשכול זאל דינען אלץ א מקום מוקלט ווי מ'זאל זיך קענען אריבערכאפן און אריינשמייסן מנה אחת אפים פאר דעם וואס עס קומט זיך. איך שטעל מיך פאר אז געוויסע ניקס ווי צ.ב.ש. שמעקעדיג אדער ר' בערל וועלן בויקאטירן דעם אשכול ווייל זייערע איידעלע מידות וועלן דאס נישט קענען אויסהאלטן. אבער פאר די המון עם שטעל איך מיך פאר אז ס'וועט זיין א תועלת האבן א מעגליכקייט צו שטעלן א צווייטן אין פלאץ אן דעם וואס אנדערע אשכולות זאלן ווערן פארשמירט.

ווער ס'איז אינטערסירט זאל זיך ביטע דא מעלדן און אויב וועט זיין א גרויסע רעספאנס, עמיר פעטישענען די גבאים, מנהלים און אחראים דאס צו ערלויבן.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר