יהא זכרי ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

יהא זכרי ברוך

שליחה דורך חקרן »

איך פלאן נישט צו שטארבן אין די נאנטע צוקונפט, איך קוק נאך פאר א לעבן פאר מיר ומי יתן אז איך זאל נאך קענען מתקן זיין אויף דעם עולם אלעס וואס איך דארף און ארויפקומען לעולם האמת ווי א מענטש, גרייט אריינצוגיין אין עולם שכולו טוב, און איך האף אויך, אז דאס וואס איך דארף נאך מתקן זיין אויף די וועלט, זאל זיין מיט א זיסקייט און געשמאק, נישט דארפן אפקומען - בקיצור; איך בעט אז עס זאל מיר גיין גוט און געשמאק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט - איך זאל זוכה זיין צו האקן א לעבן אויף ביידע וועלטן - אויף ביידע באקן, און שפירן א טעם אין רוחניות'דיגן לעבן און אין גשמיות'דיגן לעבן.

איך ווייס אויך, אז די אלע וואס זענען געגאנגען אינעם 'יהא זכרו ברוך' אשכול, האבן אויך נישט געפלאנט צו גיין, אבער זענען פארט יא געגאנגען 'בעתם' אדער ב'אחישנה', און דעריבער קען איך אויך נישט וויסן וואס דער מארגן וועט ברענגען. עס קען זיין אז דאס אליין וואלט געווען גענוג גוטע סיבה צו עפענען דעם אשכול, אבער נישט דאס ממש איז מיין מטרה.

איך בין מתפלל אויף מיר 'יהי זכרי ברוך', נישט נאר נאכן שטארבן - נאר אפילו נאך אין לעבן! ווער זאגט אז מען דארף דוקא שטארבן אז עס זאל זיין א 'יהי זכרו ברוך'? - איך מאך ביים לעבן א 'יהי זכרי ברוך' אשכול, וואו איך בעט אז מיין געדענקעניש זאל זיין געבענטשט. איך האף און שטרעב אז אלע מיינע זעהער זאלן זען אין מיר נאר גוטס, איך זאל נושא חן זיין אין די אויגן פון אנדערע מענטשן, מענטשן זאלן מיר גלייכן און שטענדיג האבן נאר א גוט ווארט אויף מיר צו זאגן. מענטשן זאלן מיר בענטשן, פארגינען און מיר שטענדיג געדענקען צום גוטן.
אין אנדערע ווערטער: יהי-זכרי-ברוך!

איך וועל נעמען די געלעגנהייט אצינד און אויסדרוקן מיין וואונטש, אז טאמער עס פאסירט חלילה עפעס מיט מיר, בלא עת, אז די הנהלה זאל פארמעקן אלע מיינע ניקס (די הנהלה קען מסתמא וויסן וועלכע נאך ניקס איך פארמאג, טראצדעם וואס איך שרייב קוים מיט זיי), ווי אויך זאל מען פארמעקן אלע מיינע געשרייבעכצער. יא, איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרינגע בקשה, אבער דאס איז מיין צוואה - מ'זאל פארברענען אלע מיינע חידושים, אזוי ווי די גרויסע צדיקים האבן באפוילן בימיהם. אויף מיין לויה לאז איך דירעקט יא האלטן הספדים, אבער נאר דורך מענטשן וואס האבן מיר באמת געקענט און מיט א תנאי אז זיי מיינען ערנסט וואס זיי זאגן.

פאר די משפחה מיינע לאז איך א בקשה: מען זאל פארמעקן אלע מיינע אקאונטס, אימעיל וכדו', דאן זאל מען פארברענען אלע מיינע טעכנעלאגישע כלים און אלעס וואס געפינט זיך אין איר, מען זאל אפילו נישט אריינקוקן דערין און נישט סעיוון גארנישט, נאר גלאט אזוי פארברענען. אויב וויל מען געבן א נאמען נאך מיר, זאל מען צוגעבן א נאמען, פאר דעם ארגינעלן נאמען, און רופן דעם קינד מיט ביידע נעמען.

פאר כלל ישראל וויל איך בעטן: איך האב נישט קיין לייף-אינשורנס ווי אויך בין איך נישט קיין חבר אין ערבים (לעת עתה). אויב עפעס פאסירט חלילה מיט מיר, זאל מען זען ארויסצוהעלפן דער מצב אין שטוב, פיזיש, אמונאציעל, ווי אויך פינאנציעל, יותר מכפי היכולת פון וויפיל מען קען. און איך זאג צו מיט מיינע גרויסע כוחות וואס איך פארמאג, אז יעדער וואס וועט זיך אנשטרענגען מיט א סכום וואס ער שפירט אז עס איז מער פון וואס ער קען געבן, אז איך וועל פערזענליך שתדל'ן ביי מיינע גרויסע זיידעס און ביים בית-דין-של-מעלה און איך זאג צו פאר יענעם, אז ער וועט נישט דערלייגן דערפון - פארקערט; אויב עפעס, וועט ער נאר פארדינען דערפון. די הבטחה קומט מיט עטליכע תנאים: א. איך זאג פון פאראויס, אז דעם ערשטן יאר וועל איך גארנישט קענען פועל זיין, אבער איך וועל געדענקען יעדן איינעם און ביים צווייטן יאר וועל איך אויספילן מיין חוב פאר ווער עס האט זיך אנגעשטרענגט. ב. די הבטחה איז גילטיק בלויז ווילאנג מיין ווייב האט נישט חתונה מיט א צווייטן מאן, ווער עס וועט געבן געלט נאך וואס דאס פאסירט, וועט אוודאי טון א גרויסע מצוה און דער זכות כשלעצמה וועט אים קעגן קומען, אבער די הבטחה זאג איך נישט צו.

נאכאמאל - צוריקצוקומען צום נושא האשכול: איך פלאן נישט צו שטארבן און די מטרה מיט די אשכול איז נישט געווען צו לאזן צוואה (דאס איז געטאן געווארן בדרך אגב, און כ'בין פארפארן מיטן שמועס). די מטרה איז א וואונקל, אז מיין זכר זאל זיין געבענטשט - יהי זכרי ברוך - מען זאל מיר געדענקען צום גוטן.

איך האף און איך גלייב, אז יעדער דא און אויף די גאנצע וועלט, וועט מיר שטענדיג געדענקען צום גוטן.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר