יבול הספרותי של אדמו"ר ריי"ץ מליובאוויטש: אינגאנצן פאלש?

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

יבול הספרותי של אדמו"ר ריי"ץ מליובאוויטש: אינגאנצן פאלש?

שליחה דורך רוסישער »

ר' יוסף יצחק, דער זעקסטער חב"ד - ליובאוויטש רבי, האט געהאט א "האבבי", ער האט ליב געהאט שרייבן. דאס האט ביי עם פארנומען א גרויסן ארט אין לעבן. ער האט ליב געהאט שרייבן וואס ס'זאל ניט זיין, צי דאס איז א בריוו וואו ער ווערט פארוואנדלט אין לאנגע מליצות, אדער אראפשרייבן זיינע שמועסן להתעוררות אויף תורה און יראת שמים בהוספת נופך, אדער ביים ארויפלייגען על הכתב זיינע זכרונות מימי קדם פון שטעטל, פון טאטן, פון מלמד (בעיקר וועגן דעם וועלן מיר זיך דא אפשטעלן ). ער האט שטארק געהאלטן פונ'ם ווארט וקנה (קו"ף קמוצה, נו"ן סגולה) - לך חבר.

שוין יונגערהייט האט זיין טאטע אים אריינגעשלעפט אין עסקנות לטובת הכלל, ארבעטן אין ישיבה, פירן חשבונות, קלייבן די געלט, און ער האט אין דעם געטאן מיט א איבערגעגעבנקייט, ניט זוכנדיק טובת עצמו. אין זיינע רשימות קלאגט ער מיט ביטערע טרערן אז די כלל ארגעט לאזט אים ניט רוען, לאזט אים טאן אין לערנען כדבעי - "מתי יעשה גם אני לביתי?!". ער סטראשעט שוין אלץ אפלאזן און טראכטן אביסל וועגן זיך. אויך אין שפעטערדיקע תקופות אין זיין לעבן געפינט מען אזוינע סארט רשימות, אוואדאי איז דאס ווייל די שרייבען ביי עם איז געווען א מין נפש-געזאנג, א ארט וואו 'לשפוך את צקון לחשו', וואו צו זיך טרייסטן, זיך שאטרקן, אן קיין פראקטישן כוונה (איך האף צוריק קומען צו דער נקודה).

מ'איז געווארן carried away , די ציל דא איז ניט צו פאנאנדערנעמען די פסיכאלאגישער טייל, סיי פון די עצם שרייבן און סיי פון די "שינויים", נאר צו מברר זיין וויפל איז דאס אמת און וויפל איז דאס דער ארבעט פון דער 'חוש הציור', א מעלה וואס ריי"ץ איז אזוי שאטרק מפליא (אויף ז'ארגאן מיינט דאס 'פאנטאזיעס').

דער נקודה כשלעצמה, אז זיינע מעשיות זיינען ניט היסטאריש, איז גאנץ באוואוסט. ובמילא דער וואס איז אינטערעסירט אין דעם נאר באופן כללי וועט דער אשכול אים כמעט גארניט צוגעבן. דא זוכט מען דאס אויפווייזן מיט ראיות, און ווי אין דער קעפל - אויף ווי פיל?. נוצנדיק מיט ראיות פונ'ם צורת הכתב און דער סגנון קען אסאך אנטפלעקן.

אויך וויל איך ארום ריידן פארשידענע שאלות ווי וואס האט ער אליין געהאלטן וועגןן דעם? האט ער געוואלט מ'זאל אויף דעם קוקן ווי פאקטן? האט ער פארגעשטעלט אז מ'וועט דאס איין טאג דרוקען?

כולי תקוה אז דער עולם וועט הנאה האבן און משתתף זיין.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר