אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבריגע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבריגע?

שליחה דורך קאך_לעפל »

היינט אידערפרי זיפענדיג א הייס גלעזעל קאווע, און פיבערהאפטיג פלאנירן ווי אזוי צו דעקן דעם באנק, האב איך מיך אנגעשטויסען אין דאזיגען נייעס באריכט, איך קוק דאס אזוי שנעל דירך און מיטאמאל בום.. איך האב געגבן א לאז אראפ דעם הייסען גלעזעל קאווע אויף דער אספאלאט, און ווי פון זיך אליינס האט זיך געגבן א שיס ארויס פון מיין מויל א זאפטיגע קללה, אדש אז דער בני בית האט זיך צועפענט אויף מיר א פאר ברייטע אויגען, און געמיינט אז איך בין פון זונען אראפ, און מיט רעכט. דא האט איר דער באריכט וואס האט מיך אזוי צו שטורמט..

מאת בני ברקי

ממש מפחיד - י.י. שעובד בקופת העיר נעצר בחשד שלא דיווח על הכנסות של שכירות מ7 דירות שבבעלותו וכולם שותקים, אברך צעיר מנהל בקופת העיר יש לו כבר 7 דירות בבעלותו

עד מתי קופת העיר תהיה בפיקוח הרבנים, קופה כזו חייבת להיות בפיקוח רואה חשבון וברכת הרבנים, הרבנים חברי העמותה לא יודעים שלאדון יפה יש כמה דירות מהמשכורת שהוא יושב 'בכולל' ומתנדב 'בחינם' בקופת העיר

ואם לו כבר 7 דירות כמה יש לאחרים, אותם עדיין לא תפסו, כשיוודע האמת תזדעזעו

כל הנותן כסף לקופות האלו עליו לדעת כי 95 אחוז יורד לכיסם של הראשים והמנהלים,וחמשת האחוזים הנותרים מתחלקים רק בין המקורבים, עדיף לתת ישירות לעניים מאשר לתת לגנבים


צרכי עמך ישראל מרובים, דאס געברויך פון כלל ישראל איז ליידער גאר גרויס, אין יעדע אידישע הויז איז איז ליידער פארהאנען מצבים וואס מען דארף ליידער צוקומען צו הילף פון אחב''י. כלל ישראל איז טאקע געבענשט מיט פול-ערליי וואוילטעטיגע ארגעזאציעס וואס העלפן ארויס דעם כלל און דעם אינדעווידואלע יחיד, עס איז כמעט נישטא קיין פראבלעים וואס פארמאגט נישט קיין ארגענעזאציע וואס זאל ארויסהעלפן מיט דעם פראבלעם.

איר האט נישט אויף שבת מאכען? נישט געזארגט תומכי שבת וועט צו לייגען א פלייצע! איר ליידט אויף ציקער? נישט געזארגט רעים מתוקים וועט צו לייגען א פלייצע! איר האט ליידער אין שטוב א חולה און איר קענט זיך נישט באכלעפשענען, גייסטיש און פינאנציעליש? נישט געזארגט אר.סי.סי.עס וועט צולייגען א פלייצע! איר האט א פלעט טייער אין מיטן די נאכט? נישט געזארגט חברים וועט צו לייגען א פלייצע! איר קענט נישט אטעמען אין מיטן נאכט? נישט געזארגט חברה הצלה וועט צו לייגען א פלייצע! עס דיכט זיך אייך אז דער גויאישער שכן קוקט קרים צו אייער ריכטונג? נישט געזארגט חברה שומרים וועט צו לייגען א פלייצע! איר מיטשעט זיך ארום מיט קינדער האבן? נישט געזארגט עי. טיים וועט צו לייגען א פלייצע! איר ווילט זיך שמד'ען? נישט געזארגט פוט סטעפס וועט צו לייגען א פלייצע! איר שמאכט אין טורמע? נישט געזארגט דרור וועט צולייגען א פלייצע! אזוי ווייטער און ווייטער...

דאס איז דער שיינקייט און פראכט פינעם כלל ישראל, איש את רעהו יעזורו.. דער מאנסטעפעציע פון חסד וואס הערשט ביים כלל ישראל איז ממש צום שטוינען!

און ווי פארשטענדליך ווי דער גוטער בוך זאגט: אז עס איז נישטא קיין בענזין, שטופ אהער און שטופ אהין, עס גייט נישט, עס פארט נישט דער מאשין: די אלע חסד אפאראטען קאסטען אפ שווערע מיליאנען, אז זיי זאלן קענען פינקוציענירן ווי געהעריג, וישראל קדושים הם נתבעים ונותנים, דער ציבור לאזט זיך קאסטן ממון ודמים פאר די אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס, מען לויפט צו די דינער'ס הערן דעם שירה קאפעליע מיטן ילד הפלא, מען פארט אויף שיפן, מען גייט צו ציבורישע פלייש-בראטענאציעס, מען שטעלט אריין אין די זשערנאלען ווארימע ברכות פאר די געטרייע עסקנים, מען קויפט מער ראפל-טיקעטס ווי לאטערי טיקעטס. אלעס ווייל דער ציבור וויל זיך העלפן איינער דעם צווייטען, און קוקן ארויס אז די ארגענעזאציעס זאלן קענען אנגיין מיט א פעסטקייט... אשרי העם שככה לו...

אלעס פיין און וואויל. אבער וועט מען זעט אז די "עסקנים לשם שמים" די "געטרייע גבאי צדקה", לעבן זיך א חיים טובים, און געבן בלויז א נישטיגע %5 פון די געשנארטע געלטער, וואס אידן גיבן מיט מסירות נפש פאר צדקה פארן צוועק, און מיט די איבריגע געלט מאכן זיי זיך א חיים טובים אדש ביזן זיך איינהאנדלען 7 בתים פינעם ציבור'ס געלט, ברענגט דאס אז דער ציבור זאל גענצליך פארלירן צוטרוי צו די אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס,

און בכלל דער שלעכטער געפול וואס מענטש באקומט, אז ער איז אריין געפאלן אין די נעץ פון די כיטרע באנדיטען, איז דאך שרעקליך. ער האט געזעהן דער בילד ווי הרב קנייבסקי מיט ר' ישראל האגער לייגען אריין ערב יום כיפור זייערע 20 שקלים אינעם קיפות העיר קאסע, מיט פארמאכטע אויגן, אדער ווי דער גאב''ד דריקט דעם סענד באטען פינעם כלי, דעריבער האט ער זיך אנגעשטרענגט צו געבן יותר מכפי יכלתו, גלייבענדיג נעבאך אין די "אפענע ישיעות און רפואות" וואס די לייצים טיהן הייס פארשפרעכען פאר די וואס העלפן זיי זיך איינהאנדלען זייערע 7 בתים. דאס לייצנות וואס די "געטרייע עסקנים" מאכן פינעם תמימות'דיגר ציבור איז דאך נורא ואיום....

נישט בחינם איז פארהאן הלכות אין שו''ע יו''ד ח''ג ווי אזוי א צדקה קאסע דארף זיך פירען....

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר