לייף לידערשיפ- LIFE LEADERSHIP

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

לייף לידערשיפ- LIFE LEADERSHIP

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך גיי דא שרייבן אביסל וועגן א MLM וואס הייסט לייף לידערשיפ.

היות איינער האט מיר גערופן אז איך זאל זיך אינטרעסירן צו עס לוינט זיך אריין צולייגן אין דעם אדער נישט, האב איך אביסל געסורטשט אויף דעם.

א MLM מיינט מאלטי לעוול מארקעטינג. עס איז הונדערטער אזעלעכע ביזנעסן דא אין אמעריקא און איבער די גארער וועלט. דאס ארבעט אז דו ברענגסט קונים אין דיינע קונים ברענגן קונים, און אזוי מאכסטו געלט. ועוד דו מאכסט געלט פון יעדן סעלס מאן וואס די ריקראטס און דו שלעפסט אים אריין אין די טשען. על פי רוב דארפסטו אריינצאהלן א סכום צו קענען האבן די 'זכיה' צו זיין זייער סעלסמאן. איי פארוואס זאלסטו צאהלן? נע דו גייסט גלייך צוריק מאכן די געלט ווען דו שלעפסט אריין אנדערע אין די געשעפט. נאך מער זאגט מען דיר, אז פאר די נישטיגע 500 דאלאר באקומסט א גאנצע פעקעט פון ביכער מיט סידי'ס וואס גייען דיר העלפן גיין פאראויס, און דאס גייט דיר געבן די שליסל צו עשירות. און פאר נאך א נישטיגע 75 דאללאר קענסטו באקומען אקסעס צו זייערע וועבסייט, וכו' וכו' הקיצור דו גייסט איינצאלן פאר דו מאכסט א דאללאר, ווייל דא האסטו די גרעסטע טשאנסן אהנצוקומען צו אזא עשירות אז דו וועסט פארדינען אהן ארבעטן, דיינע סעלסלייט וואס זענען אריין דורך דיר זיי גייען דיר מאכן פאר אן עושר.

די MLM קאמפאני'ס מאכן ריזיגע קאפערענסן און גאר אסאך מיטינגען ווי מען קומט זיך צוזאם און מען שרייט אויס אז נאר אונז און נאר אזוי גייען אונז אהנקומען צו דעם עשירות וואס מיר קוקן אזוי שטארק ארויס.

דאס איז באופן כללי.

דער קאמפאני פארקויפט מיטטלען וויאזוי א מענטש זאל קענען ווערן א לידער אין אלע עניני החיים. ער זאל קאנטראלירן זיין מצב הפרנסה זיין שלום בית זיין פאן אלעס. זיי פארקויפן סידיס מיט ביכער פאר 'ביליגע' פרייזן. הקיצור זיי פראקלאמירן אז ווי נאר דו ווערסט א מעמבער און א סעלסמאן פאר זיי, וועט זיך די גאנצע לעבן טוישן. סיי געלט וועסטו מאכן און סיי די שלום בית וכדומה וועט זיין גאר גוט.

שוין גענוג שטותים געשריבן. דא האסטו צוויי לינקס וואס שרייבן נעגאטיוו איבער דעם. דא איז איינס פון די פארבס מאגאזין און דא איז דא א חבר וואס רעדט זיך אפ וועגן זיין פריינט וואס איז אריינגעשלעפט אין דעם קאלט.

אויב איינער האט מער פרטים איבער דעם סיי לטב און סיי למוטב ווערט געבעטן צו שרייבן.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר