א טאג פון קלאג פאר אנשי בני הגולה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

א טאג פון קלאג פאר אנשי בני הגולה

שליחה דורך בעל מדות »

נעמענדיג די פעדער אין האנט אין א טאג וואס די זוהן האט געשיקט טונקעלע שטראלן, אין א צייט וואס ארץ תבל ומלואה איז איינגעהילט אין חשכות, אומעט, קלאג, און פיין, אין שעות וואס די אבות ואמהות קרעכצן מיט מיט כלל ישראל אויף זייערע ביטערע ליידן, אין מאמענטן וואס אלע מלאכים און שרפי מעלה שטייען און קוויטשען מיט באדויער אויף דעם גרויסן אומגליק, אין א געלעגנהייט ווען די אטמאספער שפייעט מיט זודיגע טרערן, איו שעות פון אבלות, ווען כלל ישראל וויינט און טרויערט, כליפעט און האלט נישט אויס דעם הארצווייעדיגע פאטש וואס פראסקעט און זאגט אהן כלל ישראל עטס האטס פארלוירן דעם ליכטיגע אור וואס האט ענק דערהאלטן ביז יעצט.

די וואך איז די וועלט געווארן ארעם און ערשיטערט, ווען די בשורה איבערן פטירה פון איינע פון די גרעסטע מנהיגי וזקני שארית הגולה איז ליידער באקאנט געווארן, מען האט צוגעריסן מיט געוואלד דעם קדוש וטהור האדמו"ר מ'טאהש זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל וועלכע איז געווען די פאסטוך פון יעדע איד נישט קיין חילוק פון וועלכע שיכט אדער קרייז, אן אקסידזשען טאנק וועלכע האט געשענקט לופט פאר זיינע טרייע חסידים וואס זענען געווען צו אים אדוק ומקושר באותות של אהבה.

די טרויעדיגע אנזאג האט צעשאקלט געמיטער, קימענדיג אין פארעם פון א אומגלויבליכע שאק וואס קען זיך נישט גלייבן און וויל נישט פארדייעט ווערן, אידן האבן די צוזאמגעקלאפט די האנט מיט קלעם ווען די הערצער ציפן מיט פיזישע און גייסטישע ווייטאג, די דור האט פארפעלט א הארץ קלאפ, די בני הגולה האבן מיט צער צעריסן די קליידער, געריסן קריעה, און מיט אומבאשרייבליכע קלאג אנגעהויבן לאזן טרערן, ווארימע וואסער וועלכע האבן זיך מצרף געווען אינאיינעם צו א טייך זיכער שפאלטענדיג יעדע טויער מאכנדיג די וועג צום כסא הכבוד.

כלל ישראל איז געווארן פאר'יתום'ט, ווי שוואך און ארעם די דור איז געווען ביז אהער האט זיך א פרישע כוואליע פון זארג אויסגעשפרייט אויף די טויזענטער פריש געווארענע יתומים וועלכע שפייען בלוט און טופענען מיט די פיס נישט קענענדיג שטיין און דערהערן דעם שטארקן זעץ און פארלוסט, עס וועט אלעמאל בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.


אידן זענען אויפגעשטאנען נישט חלומ'נדיג וואספארא שרעקליכע גזירה עס לויערט און שוועבט העכער זיי און זענען ליידער אומגליקלעך געווארן כצאן בלי רועה ווען זייערע לעבנס וועלן שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע.

די בית המדרש וואס האט פאר כמעט א יובל יארן געזאפט קדושה, מיטגעהאלטן שמחות און העכערע מאורעות ווי טישן און תפלות פון דעם צדיק, איז יעצט געשטאנען און אקאמאדירט דעם פארזארגטן ציבור אזש מיטוויינענדיג מיט קולות עד לב השמים.
די גראז, און ביימער, די שטעטל מיט איר קאלירפולע חן, די הייזער וואס דער צדיק האט געבויעט מיט הארץ און איבערגעגעבנקייט, און די גאנצע ערד אונטער איר האט געבאבלט מיט הרגש פרעגנדיג "פארוואס"?

שוין יארן וואס טויזענטער אידן זענען אין א ערשעפנדע קריג מיט די מלאך המוות זיך שלאגנדיג מיט די לעצטע כוחות ווען מען האלט אים צוריק פון אוועקרויבן דעם אוצר מיט הייסע תפלות און קבלות טובות ועכשיו אהההה...דער שלאנג האט באקומען די אויבערהאנט און מיטאמאל אוועקגענימען די חיות פון דעם שוואכן לייב און צוריקגעפירט דעם אויסגעלייטערט הייליג נשמה תחת כסא הכבוד.

כלל ישראל איז אריינגעפאלן אין א שטימונג פון שאק און צובראכנקייט, נישט גלויבנדיג וואס מען הערט דא, עס האט אויסגעזען ווי א בייזע חלום האט פאסירט אין די ווירקליכקייט, עס איז געווען עמאציאנאל און רירנד צו זעהן ווי עלטערע מענטשן שטארקע כאראקטער'ן פלאצן אויס אין יאמערליכע געוויינערייען ווי קינדער פון דריי יאר, עס האט בארירט די סטרונעס צו זעהן ווי א גאנצע עדה אויפאמאל ווערט היסטעריש צושאסן און בארירט ווען זייער קרוין ווערט אפגעטון פון קאפ.

אוי לה לספינה שאבד הקברניטה, וויי צו די שיף וואס האט פארלוירן איר קאפיטאן, די ווייטאג און היסטארישע ענדע פון די ליכטיגע אורות וואס האבן געשיינט פאר 94 יאר זענען אוממעגליך צו פארשטיין און וועלן פארבלייבן אלץ א ריזיגע לאך אין די הארץ פון גאנץ כלל ישראל.

וואס דער צדיק האט אלץ געווידמעט פון זיך פאר אנדערע, וויפיל דער פועל ישועות האט אלץ געדאוונט און איינגעריסן פאר אידישע קינדער, וויפיל מיליאנען דער בעל חסד האט פארטיילט פאר צדקה, וויפיל תורה דער גדול דער האט צוזאם געלערנט, עס איז הימל און ערד און טיפע טרויער, די חסידים פון רבי'ן זענען אנע טרייסט אדער חיזוק וויאזוי אומצוגיין, עס איז צום האפן אז השי"ת זאל געבן די ריכטיגע כוחות.

די רבי זאל פאר אונז בעטן, רבי מיר קענען בשום אופן נישט אהן דיר! זיי מליץ יושר פאר אונז און ברענג די גאולה שלימה.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר