טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך קרעקער »

מעשה שהיה קראך היה
קאלט מעך אהן פאריגע וואך א ראציגע יונגערמאן אין נאמען פון די הנהלה און זאגט אז ער זעהט אז כהאב נאכנישט געכשרט די "כלים" [דערמאנט מיך פונעם רביס דרשה מקען זעהן אויף די כלי] קודם האבעך עם געזאגט וואס? ח"ו איך האב נישט דע אלע כלים טאמים, ווי קען ער מיר אפילי חושד זיין אין אזאנטס?
זאגט ער מיר ער ווייסט נישט אבער סשטייט געשריבען אויף די פייל פון די וועד אז איך האב א סמארטפאון און מדארף עס רייניגען
הכלל זאג איך עם כוועל אריבערקימען
גיי איך אריין צום סעלפאן סטאר און כפרעג עם שטיהל דערשראקען אויב איך קען האבען א פשוטע פאון פאר א טאג, רופט ער זיך אן דו דארפס עס פאר די ישיבה? מורמעל איך יא: זאגט ער נא פראבלעם יעדער טוט אזוי, מקויפט א פשוטע פאן פאר דרייציג טאלער, מטוישט די סים קארד פאר מגייט צו די הנהלה און מווייזט אז מהאט א כשרע פאן, און ווען מגייט ארויס לייגט מען שנעהל ציריק אריין די סים קארט אין די סמארטפאן, ער זאגט ביי עם האבען עס מעהר פון 70 יונגעלייט שוין געטוהן סא כהאב דעך נישט געוואהלט זיין א פורש מן הציבור האבעך אויך אזוי געטוהן, די הנהלה איז צופרידען, איך האב ווייטער מיין כלי, דער סעלפאן סטאר האט געלייזט דרייציג טאלער, ושלום על ישראל
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

איך מיין זאלסט ווי שנעלער אויסמעקן דעם אשכול, שלא תשבע עיניו של אותו....
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 510 מאל

שליחה דורך פריעד באטשי »

איך פאנג אן ערענסט צו קלערן אז די סעלפאהן פראוויידערס האבן א אינטערערדישע דיל מיט די מוסדות, 2,100 דאלער קומט נישט צופיס.... (70 יוגעלייט, 30 דאלער...)
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1343
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

שליחה דורך petergrifin »

װארטס נאר ביז די שטאט װערט אינװאלװד און מען װעט שרײען
seperation of church and state!
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך דעת תורה »

אין די מוסדות פונעם רבי'ן וואס האט גערעדט פון וואס מ'קען נאכקוקן אויך
אויף די כלי, גיט מען נישט קיין הכשר פאר א פלעינע פאון וואס ארבעט מיט א סים קארד. וצ"ע
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

שליחה דורך דריידל »

און וואס קלערן די בהמות אז זיי וועלן אויפטון? לאמיר שוין זאגן אז יונגעלייט וואס ווילן אינטערנעט וועלן קויפן פשוטע טעלעפאנס, איז נאך אלץ דא גענוג אופנים צו האבן אינטערנעט. פאר עטליכע צוואנציג טאלער קען מען האבן ווייפיי אינדערהיים און מ'האנדעלט זיך איין א אייפעד פאר 30-40 דאללער און מ'איז אין ביזנעס.

די איינציגסטער חילוק איז נאר אז ווען איך האב אינטערנעט אויפ'ן פאון איז עס מיט מיר 24/6 און די קינדער האבן נישט קיין ציטריט דערצי משא"כ די אייפעד דארף איך האפן אז די קינדער נישטערן נישט דורך מיינע פריוואטע חפצים.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער אינטערנעט איז א נוצליכע זאך און א שעדליכע זאך. מ'דארף טוהן וואס מ'דארף צו הייבען דער נוצליכע חלק און פארמינירען דער שעדליכע. יעצט אז ס'איז אלס באהאלטען, קען מען אסאך ווייניגער פון די נוצליכקייט האבען.
למשל, שטעל זיך פאר אז די חדר האט א וועבסייט. דארט קען מען זען די האומווארק וואס דער קינד האט, מ'קען וויסען גענוי וואס מען לערנט, מ'קען זיך פארבינדען מיט'ן מלמד צו מנהל ווען מ'דארף ועוד. אדער די קהלות און רבנים זאלען האבען סייט'ס. מ'קען גלייך וויסען ווען א השגחה איז אראפגענומען, מ'קען זען די שטיקעל תורה אויף וואס די הכשרים זענען געבויט, מ'קען אריינשיקען א שאלה, באשטעלען א דין תורה, באצאלען מעמבערשיפ ועוד. אבער יעצט אז די נוצען האט מען פארווערדט, איז מען געבליבען בלויז מיט די אנדערע זאכען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ליטוואק דו רעטסט ווי גיט סוואלט געוועהן אויב מוסדות און רביס וואלטען געהאט אפישעל אינטערנעט סייטס
להוי ידוע סאיז שוין דא, JDC יוטוב מיט אנדערע מיליאן טוויטער אקאנטס וואס שיקען רבישע פיקטשערס פין יעדע נאז-בלאז פון די רביס, זאג מיר נישט אז די אדמורים ווייסען נישט דערפין און אז זיי קענען עס נישט אפשטעלען
סא די חילוק איז נאר אז זיי מעגען און אינז טארען נישט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא יא, פאר שטותים איז דא, אבער נוצליך? ! מאן דכר שמיה?! אפילו צו זאגען ווען דער רבי זז''ג קומט אריין צו שריפת הפתילים מעלדען זיי נישט דארט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 814
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

שליחה דורך יתרו »

קרעקער האט געשריבן:מעשה שהיה קראך היה
קאלט מעך אהן פאריגע וואך א ראציגע יונגערמאן אין נאמען פון די הנהלה און זאגט אז ער זעהט אז כהאב נאכנישט געכשרט די "כלים" [דערמאנט מיך פונעם רביס דרשה מקען זעהן אויף די כלי] קודם האבעך עם געזאגט וואס? ח"ו איך האב נישט דע אלע כלים טאמים, ווי קען ער מיר אפילי חושד זיין אין אזאנטס?
זאגט ער מיר ער ווייסט נישט אבער סשטייט געשריבען אויף די פייל פון די וועד אז איך האב א סמארטפאון און מדארף עס רייניגען
הכלל זאג איך עם כוועל אריבערקימען
גיי איך אריין צום סעלפאן סטאר און כפרעג עם שטיהל דערשראקען אויב איך קען האבען א פשוטע פאון פאר א טאג, רופט ער זיך אן דו דארפס עס פאר די ישיבה? מורמעל איך יא: זאגט ער נא פראבלעם יעדער טוט אזוי, מקויפט א פשוטע פאן פאר דרייציג טאלער, מטוישט די סים קארד פאר מגייט צו די הנהלה און מווייזט אז מהאט א כשרע פאן, און ווען מגייט ארויס לייגט מען שנעהל ציריק אריין די סים קארט אין די סמארטפאן, ער זאגט ביי עם האבען עס מעהר פון 70 יונגעלייט שוין געטוהן סא כהאב דעך נישט געוואהלט זיין א פורש מן הציבור האבעך אויך אזוי געטוהן, די הנהלה איז צופרידען, איך האב ווייטער מיין כלי, דער סעלפאן סטאר האט געלייזט דרייציג טאלער, ושלום על ישראל

געהערט פון כמה אידן (אין מאנסי) וואס האבן געשריבן אינעם ועד האישור אפליקעשן אז מען האט א פליפ פאון און נאכדעם באקומען א פאון קאלל פון ועד האישור אז עס שטייט ביי זיי אויפן קאמפיוטער אז זיי האבן סמארט פאון און מען זאל מוחל זיין אריינקומען אין אפיס אדער ביי טעג און עס ערלעדיגן. דער עולם האט זיך זייער געווינדערט פון ווי זיי ווייסן דאס, למעשה שטעלט זיך ארויס אז מען קען דאס טשעקן דורך געוויסע עפפ'ס וואס מען האט אויפן פאון, צוויי דערפון זענען WAZE און וואטסאפ. אינגעלייט נעמט אראפ די צוויי עפפס פאר איר שיקט אריין די אפליקעשן צום ועד האישור, ווער עס וויסט פון נאך עפפס וואס טיילן אזעלעכע אינפארמעישן איז געבעטן צו מיטטיילן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך דעת תורה »

וואטס עפפ קען מען האבן אויפן קאמפיוטער נוצנדיג א פלעינע פאון נומבער
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 982 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך ירא שמים »

מיינסט מיט בלו סטעקס ?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1268 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

יתרו וואס עפעס waze?
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 925 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

פין וועז קען מען נישט ברענגען קיין ראיה ווייל סווייזט אויף היים נאמבערס אויך
דאס מענטשעלע שפילט........
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מ'דארף נישט אריינלייגן די פאון נאמבער אויף וועיז, ווי אויך קען מען זיי זאגן אז זיי האבן נאך די אלטע פאון וואס דו פלעגסט האבן פאר די פליפ פאון, און זייט דעמאלס נוצטו נישט waze ממילא ווייסן זיי נישט אז דו האסט שוין א פליפ פאון.
samiam
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך samiam »

געפילטע פיש האט געשריבן:מ'דארף נישט אריינלייגן די פאון נאמבער אויף וועיז, ווי אויך קען מען זיי זאגן אז זיי האבן נאך די אלטע פאון וואס דו פלעגסט האבן פאר די פליפ פאון, און זייט דעמאלס נוצטו נישט waze ממילא ווייסן זיי נישט אז דו האסט שוין א פליפ פאון.

אבער איך מיין אז מען קען זעהן אויב איינער איז א active user אדער נישט
samiam
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך samiam »

יעצט ווייסט מען וואס די חושב'ע יונגעלייט וואס ארבעטען ביי די אלע הייליגע מוסדות טוהן אגאנצע טאג.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך פליקער »

איך וועל דא ציברעינגען א פרק אין יחזקאל, איך וועל קיין קאמענטארן נישט קאמענטירן, ווייל זיי זענען גענצלעך איבריג.

יחזקאל פרק יח
א וַיְהִי דְבַר-יְהוָה, אֵלַי לֵאמֹר. ב מַה-לָּכֶם, אַתֶּם מֹשְׁלִים אֶת-הַמָּשָׁל הַזֶּה, עַל-אַדְמַת יִשְׂרָאֵל, לֵאמֹר: אָבוֹת יֹאכְלוּ בֹסֶר, וְשִׁנֵּי הַבָּנִים תִּקְהֶינָה. ג חַי-אָנִי, נְאֻם אֲדֹנָי יְהוִה: אִם-יִהְיֶה לָכֶם עוֹד, מְשֹׁל הַמָּשָׁל הַזֶּה--בְּיִשְׂרָאֵל. ד הֵן כָּל-הַנְּפָשׁוֹת לִי הֵנָּה, כְּנֶפֶשׁ הָאָב וּכְנֶפֶשׁ הַבֵּן לִי-הֵנָּה: הַנֶּפֶשׁ הַחֹטֵאת, הִיא תָמוּת. ה וְאִישׁ, כִּי-יִהְיֶה צַדִּיק; וְעָשָׂה מִשְׁפָּט, וּצְדָקָה. ו אֶל-הֶהָרִים, לֹא אָכָל, וְעֵינָיו לֹא נָשָׂא, אֶל-גִּלּוּלֵי בֵּית יִשְׂרָאֵל; וְאֶת-אֵשֶׁת רֵעֵהוּ לֹא טִמֵּא, וְאֶל-אִשָּׁה נִדָּה לֹא יִקְרָב. ז וְאִישׁ, לֹא יוֹנֶה--חֲבֹלָתוֹ חוֹב יָשִׁיב, גְּזֵלָה לֹא יִגְזֹל; לַחְמוֹ לְרָעֵב יִתֵּן, וְעֵירֹם יְכַסֶּה-בָּגֶד. ח בַּנֶּשֶׁךְ לֹא-יִתֵּן, וְתַרְבִּית לֹא יִקָּח--מֵעָוֶל, יָשִׁיב יָדוֹ; מִשְׁפַּט אֱמֶת יַעֲשֶׂה, בֵּין אִישׁ לְאִישׁ. ט בְּחֻקּוֹתַי יְהַלֵּךְ וּמִשְׁפָּטַי שָׁמַר, לַעֲשׂוֹת אֱמֶת: צַדִּיק הוּא חָיֹה יִחְיֶה, נְאֻם אֲדֹנָי יְהוִה. י וְהוֹלִיד בֵּן-פָּרִיץ, שֹׁפֵךְ דָּם; וְעָשָׂה אָח, מֵאַחַד מֵאֵלֶּה. יא וְהוּא, אֶת-כָּל-אֵלֶּה לֹא עָשָׂה--כִּי גַם אֶל-הֶהָרִים אָכַל, וְאֶת-אֵשֶׁת רֵעֵהוּ טִמֵּא. יב עָנִי וְאֶבְיוֹן, הוֹנָה--גְּזֵלוֹת גָּזָל, חֲבֹל לֹא יָשִׁיב; וְאֶל-הַגִּלּוּלִים נָשָׂא עֵינָיו, תּוֹעֵבָה עָשָׂה. יג בַּנֶּשֶׁךְ נָתַן וְתַרְבִּית לָקַח, וָחָי: לֹא יִחְיֶה, אֵת כָּל-הַתּוֹעֵבוֹת הָאֵלֶּה עָשָׂה--מוֹת יוּמָת, דָּמָיו בּוֹ יִהְיֶה. יד וְהִנֵּה, הוֹלִיד בֵּן, וַיַּרְא, אֶת-כָּל-חַטֹּאת אָבִיו אֲשֶׁר עָשָׂה; וַיִּרְאֶה, וְלֹא יַעֲשֶׂה כָּהֵן. טו עַל-הֶהָרִים, לֹא אָכָל, וְעֵינָיו לֹא נָשָׂא, אֶל-גִּלּוּלֵי בֵּית יִשְׂרָאֵל; אֶת-אֵשֶׁת רֵעֵהוּ, לֹא טִמֵּא. טז וְאִישׁ, לֹא הוֹנָה--חֲבֹל לֹא חָבָל, וּגְזֵלָה לֹא גָזָל; לַחְמוֹ לְרָעֵב נָתָן, וְעֵרוֹם כִּסָּה-בָגֶד. יז מֵעָנִי הֵשִׁיב יָדוֹ, נֶשֶׁךְ וְתַרְבִּית לֹא לָקָח--מִשְׁפָּטַי עָשָׂה, בְּחֻקּוֹתַי הָלָךְ: הוּא, לֹא יָמוּת בַּעֲו‍ֹן אָבִיו--חָיֹה יִחְיֶה. יח אָבִיו כִּי-עָשַׁק עֹשֶׁק, גָּזַל גֵּזֶל אָח, וַאֲשֶׁר לֹא-טוֹב עָשָׂה, בְּתוֹךְ עַמָּיו; וְהִנֵּה-מֵת, בַּעֲו‍ֹנוֹ. יט וַאֲמַרְתֶּם, מַדֻּעַ לֹא-נָשָׂא הַבֵּן בַּעֲו‍ֹן הָאָב; וְהַבֵּן מִשְׁפָּט וּצְדָקָה עָשָׂה, אֵת כָּל-חֻקּוֹתַי שָׁמַר וַיַּעֲשֶׂה אֹתָם--חָיֹה יִחְיֶה. כ הַנֶּפֶשׁ הַחֹטֵאת, הִיא תָמוּת: בֵּן לֹא-יִשָּׂא בַּעֲו‍ֹן הָאָב, וְאָב לֹא יִשָּׂא בַּעֲו‍ֹן הַבֵּן--צִדְקַת הַצַּדִּיק עָלָיו תִּהְיֶה, וְרִשְׁעַת רשע (הָרָשָׁע) עָלָיו תִּהְיֶה. {ס} כא וְהָרָשָׁע, כִּי יָשׁוּב מִכָּל-חַטֹּאתָו אֲשֶׁר עָשָׂה, וְשָׁמַר אֶת-כָּל-חֻקוֹתַי, וְעָשָׂה מִשְׁפָּט וּצְדָקָה--חָיֹה יִחְיֶה, לֹא יָמוּת. כב כָּל-פְּשָׁעָיו אֲשֶׁר עָשָׂה, לֹא יִזָּכְרוּ לוֹ: בְּצִדְקָתוֹ אֲשֶׁר-עָשָׂה, יִחְיֶה. כג הֶחָפֹץ אֶחְפֹּץ מוֹת רָשָׁע, נְאֻם אֲדֹנָי יְהוִה: הֲלוֹא בְּשׁוּבוֹ מִדְּרָכָיו, וְחָיָה. {ס} כד וּבְשׁוּב צַדִּיק מִצִּדְקָתוֹ, וְעָשָׂה עָוֶל, כְּכֹל הַתּוֹעֵבוֹת אֲשֶׁר-עָשָׂה הָרָשָׁע יַעֲשֶׂה, וָחָי--כָּל-צִדְקֹתָו אֲשֶׁר-עָשָׂה לֹא תִזָּכַרְנָה, בְּמַעֲלוֹ אֲשֶׁר-מָעַל וּבְחַטָּאתוֹ אֲשֶׁר-חָטָא בָּם יָמוּת. כה וַאֲמַרְתֶּם, לֹא יִתָּכֵן דֶּרֶךְ אֲדֹנָי: שִׁמְעוּ-נָא, בֵּית יִשְׂרָאֵל, הֲדַרְכִּי לֹא יִתָּכֵן, הֲלֹא דַרְכֵיכֶם לֹא יִתָּכֵנוּ. כו בְּשׁוּב-צַדִּיק מִצִּדְקָתוֹ וְעָשָׂה עָוֶל, וּמֵת עֲלֵיהֶם: בְּעַוְלוֹ אֲשֶׁר-עָשָׂה, יָמוּת. {ס} כז וּבְשׁוּב רָשָׁע, מֵרִשְׁעָתוֹ אֲשֶׁר עָשָׂה, וַיַּעַשׂ מִשְׁפָּט, וּצְדָקָה--הוּא, אֶת-נַפְשׁוֹ יְחַיֶּה. כח וַיִּרְאֶה וישוב (וַיָּשָׁב), מִכָּל-פְּשָׁעָיו אֲשֶׁר עָשָׂה--חָיוֹ יִחְיֶה, לֹא יָמוּת. כט וְאָמְרוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל, לֹא יִתָּכֵן דֶּרֶךְ אֲדֹנָי: הַדְּרָכַי לֹא יִתָּכְנוּ, בֵּית יִשְׂרָאֵל--הֲלֹא דַרְכֵיכֶם, לֹא יִתָּכֵן. ל לָכֵן אִישׁ כִּדְרָכָיו אֶשְׁפֹּט אֶתְכֶם, בֵּית יִשְׂרָאֵל--נְאֻם, אֲדֹנָי יְהוִה: שׁוּבוּ וְהָשִׁיבוּ מִכָּל-פִּשְׁעֵיכֶם, וְלֹא-יִהְיֶה לָכֶם לְמִכְשׁוֹל עָו‍ֹן. לא הַשְׁלִיכוּ מֵעֲלֵיכֶם, אֶת-כָּל-פִּשְׁעֵיכֶם אֲשֶׁר פְּשַׁעְתֶּם בָּם, וַעֲשׂוּ לָכֶם לֵב חָדָשׁ, וְרוּחַ חֲדָשָׁה; וְלָמָּה תָמֻתוּ, בֵּית יִשְׂרָאֵל. לב כִּי לֹא אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הַמֵּת, נְאֻם אֲדֹנָי יְהוִה: וְהָשִׁיבוּ, וִחְיוּ. {פ}
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 982 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך ירא שמים »

די פיליזאפיע איז נישט דאס שטראפן די קינד סאיז נאר ווייל מכלומרש ווילען די עלטערן אפהוטען די קינדער פון השפעות פון די גאס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם דארף מען וויסען וואס מען וויל, דערנאך קען מען טראכטען וויאזוי אנצוקומען אהין.
ווי וויל מען אנקומען מיט'ן אריינמישען די גוים צו די צייטונגען? מ'וויל אז מ'זאל אויפהערען דער גאנצע 'לטהרנו' אקציע, און יעדער איינער זאל טוהן וואס ער וויל און ווי ער פארשטייט?
טאמער יא, דארף מען זען וואס וועט די 'מסירות' פאראורזאכען. וועט עס פארשווייגען דער גאנצע ארגאניזאציע? נישט מסתבר, ווייל א מוסד פארמאכט זיך נישט, און ס'איז אייביג דא די עצה פון סתם רודפ'ן מענטשען אין גאס פאר'ן האבען א סמארטפאון. א שטייגער ווי די וואס טראגען שבת אין גאס.
דאס מיין איך איז אמת, אז די אלע תקנות, אפילו מ'האלט זיי נישט, אבער זיי מאכען אזא רושם אז מ'שעמט זיך אביסל צו ווייזען אין געוויסע סביבות אפענעהייט פונ'ם אינטערנעט, און דעריבער ווערט דער אינטערנעט ווייניגער אפיציעל. איך בין נישט אזוי זיכער אז ס'איז אזא גוטער זאך, אבער לויט זייער מיינונג האט עס אויפגעטוהן.
ווידער דאס רודפ'ן די מאמע פאר איהר פאון זעה איך נישט אז ס'זאל העלפען בכלל. זי מוז יעצט זוכען א נייעם טעלעפאן נומער? נו נו. מיינסטו טאקע אז זי וועט אויפגעבען וואס זי וויל פון איהר סמארטפאון?
טראכט'ס אריין, וועלכע מאמע האט א סמארטפאון? וואס טוט זי דערמיט? איז דאס א סתירה צו זיין א פולקאמער חלק פונ'ם היימישע געזעלשאפט, און באמת די מרידה איז איהר ציל? אדער איז עס א נוצליכע זאך, און זי מיינט זי וועט בלייבען די זעלבע כ'ניאק ווי פריער דערמיט?
ביי מיר איז מיין אינטערנעט א 'גילט"י פלעזשע"ר' נישט אנדעריש ווי ליינען די שבת צייטונגען אדער שמועס'ן מיט חברים נאכ'ן דאווענען, וואס איך ווייס ס'פאטשקעט מיין צייט, איך ווייס אז ס'איז בעסער נישט, הגם ס'איז ביי מיר נישט קיין עבירה. נאר ביזדערווייל האלט איך נישט ביים אויפגעבען ווייל ס'איז נישט די ערגסטע פראבלעם ביי מיר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 982 מאל

Re: טאטעס, מוסדות, קינדער, תקנות (10)

שליחה דורך ירא שמים »

ירא שמים האט געשריבן:די פיליזאפיע איז נישט דאס שטראפן די קינד סאיז נאר ווייל מכלומרש ווילען די עלטערן אפהוטען די קינדער פון השפעות פון די גאס.
ImageUploadedByTapatalk1440975647.787472.jpg
ImageUploadedByTapatalk1440975647.787472.jpg (342.62 KiB) געזען געווארן 3949 מאל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סאו לאמיר קלאר מאכן, וואס איז דער שטראף פון סמארטפאון באנוצער (אדער זייערע קינדער), אין ישראל'ישן מיליטער טאר מען נישט, אבער אויף די שמוציגע אמעריקאנע גאס מעג מען זיי יא ארויסווארפן ווי די הונט, ווייל אויף דעם האט דער רבי נישט געוויינט ביי די נשא תורה? (נאר ביי די שלח תורה).

.
בייגעלייגטע פיילס
Yeshivas_51.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
רעאגיר