ארטיקל: די וויכטיגקייט פון עפענען א סעיווינגס אקאונט

הילף, עצות און טיפס

ארטיקל: די וויכטיגקייט פון עפענען א סעיווינגס אקאונט

הודעהדורך וויליאמסבורגער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:57 pm

כ'וויל אביסל ארומשמועסן און מעורר זיין וועגן די וויכטיגקייט פון עפענען א סעיווינגס אקאונט. מענטשן כאפן זיך נישט די וויכטיגקייט פון א סעיווינגס אקאונט, און ווי עס איז נוגע פאר יעדעם ממש. יא, אפילו פאר דיר – וואס ס'בלייבט דיר גארנישט איבער סוף חודש!

די וויכטיגקייט פון אוועקלייגן געלט דארף מען באמת נישט אויסשמועסן –יעדער פארשטייט דאס אליין. צי פאר שמחות, צי פאר קויפן א הויז, א קאר, אינוועסטמענט, פלוצלונגדיגע גרויסע הוצאות, ריטייערמענט וכו' וכו'. אבער די פאקט איז אז אפילו מענטשן וואס פארדינען שיין, אפילו לאמיר זאגן 100 אלפים א יאר פאר א שטוב מיט פיר קינדער, אויב האט מען נישט א סעיווינגס פלאן בלייבט גארנישט איבער. ווידער אויב מ'האט יא א סעיווינגס פלאן קען מען רואיג סעיווען 20-30 אלפים א יאר.

ווייטער איינער וואס איז א שוואכערער בעל פרנסה, לאמיר זאגן ער פארדינט נאר 40 אלפים א יאר, האט ער דאך פארשידענע פראגראמען און עס איז נאך אלץ מעגליך אוועקצולייגן א פיאסטער דא און א פיאסטער דארט. די ציל פון דעם ארטיקל איז דיר אויפצוקלערן אז אפילו דו רעדסט דיך איין אז דיין מצב איז אזוי געדרוקט און עס איז דיר נישט מעגליך צו סעיוון, זאלסטו וויסן אז א סעיווינגס אקאונט איז נאך אלץ געמאכט פאר דיר.

ס'איז א פסיכאלאגישע זאך וואס שפילט אויף מענטשן, וואס מאכט אז מ'זאל אויסגעבן געלט וואס מ'האט אין טאש. מ'קען זיך איינרעדן א מיליאן מאל אז מ'ספענדט נאר אויף וואס מ'דארף און למעשה בלייבט גארנישט איבער. אבער די פאקט איז אז אויב מ'האט א סעיווינגס אקאונט וועט מען פלוצלונג זעהן אז די אקאונט פאנגט צוביסלעך אן צו זאמעלען געלט.

ווען איך זאג "סעיווינגס אקאונט" מיין איך נישט דווקא דאס וואס די באנק רופט אן א סעיווינגס אקאונט. טראדיציאנאל איז א סעיווינגס אקאונט א ספעציעלע אקאונט וואס ס'איז נישט געמאכט ארויסצונעמען געלט פון דעם. אמאל פלעגן אזעלכע סארט אקאונטס האבן העכערע אינטערעסט רעיטס ווי געווענליכע אקאונטס ווייל די באנק האט געוויסט אז זי וועט האלטן די געלט אסאך לענגער און דער בעל הבית וועט עס נישט ארויסנעמען. היינט געבן די בענק ממש פעניס פאר סעיווינגס אקאונטס. און ס'מוז נישט זיין אז עס לוינט זיך צו עפענען אזא אקאונט.

אין די באנק וואו איך האב מיינע אקאונטס איז די אינטערעסט רעיט העכער פאר א געהעריגע טשעקינג אקאונט ווי פאר א סעיווינגס אקאונט. איך פארשטיי נישט פארוואס, און עס מאכט נישט קיין סענס, אבער דאס איז די פאקט. האב איך טאקע נישט געעפענט א "סעיווינגס אקאונט", נאר כ'האב געעפענט נאך א טשעקינג אקאונט וואס איך נוץ פאר א סעיוויניגס אקאונט.

איינמאל מ'האט א סעיווינגס אקאונט דארף מען ביי זיך אפמאכן חק ולא יעבור, אז געלט וואס גייט אריין אין דעם אקאונט וועט נישט געניצט ווערן פאר די טאג טעגליכע הוצאות. אז עס קומט סוף חודש און דו האסט נישט גענוג פאר מארטגעדזש/רענט, און דו ווייסט אז ס'וועט נאך נעמען עטליכע טעג ביז דו וועסט האבן די גאנצע געלט, ענדערש בארג פון איינעם די געלט פאר עטליכע טעג ווי איידער ארויסבארגן געלט פון דיין סעיווינגס אקאונט. דיין חבר וועסטו באצאלן אין א וואך ארום ווען דו וועסט האבן די געלט, פאר דיין אייגענע סעיווינגס אקאונט איז זייער מעגליך אז דו וועסט נישט צוריקצאלן. פארשטייט זיך אז איך רעד פון קלענערע הלוואות פאר עטליכע טעג. אויב דארף מען א גרעסערע הלוואה פאר מער ווי עטליכע וואכן איז פארשטייט זיך נישט דא קיין תירוץ צו נעמען פון א צווייטן ווען מ'האט אליין אין די סעיווינגס אקאונט.

מ'דארף זיך איינגעוואוינען אריינצו ווארפן געלט אין דעם סעיווינגס אקאונט ווען מ'קען נאר. אז דו האסט אפאר איבעריגע הונדערט דאללאר ווארף עס שנעל אריין אין די סעיווינגס אקאונט פאר ס'וועט צעגיין אין דיינע הענט. און אפילו נאר א פופציגער אדער אפילו א צוואנציגער. רוק אריין יעדעס ביסל געלט וואס דו קענסט אין די סעיווינגס אקאונט און נעם עס נישט ארויס נאר אין קעיס פון אן ערענסטע עמערדזשענסי.

אז דו האסט אן איבעריגע פינעווער אין טאש וועסטו נישט טראכטן קיין צוויי עס צו נוצן פאר א גוטן נאש, ביכל וכו'. מ'טראכט צו זיך אז די פינעווער מאכט נישט קיין גרויסע חילוק אין לעבן, און די נאש ברענגט א געשמאקע הנאה. אבער איינמאל מ'גייט אריין אין די מיינדסעט פון סעיוון, וועט די עצם אקט פון אריינלייגן די פינעווער אין די סעיווינגס אקאונט ברענגען א הנאה. וועט מען סיי האבן א הנאה, און סיי אוועקלייגן די פינעווער ווייטער.

רעדענדיג פון א פינעווער האב איך לעצטענס געזעהן אן ארטיקל ווי איינער האט געשריבן אז ביי זיי אין די משפחה האט מען אפגעמאכט אז יעדע פינעווער וואס קומט אונטער די האנט וועט מען אוועקלייגן. איינמאל זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין די מיינדסעט פון סעיוון פינעווערס האבן זיי געזוכט ווי מער צו באקומען פינעווערס. אנשטאטס צו באצאלן אין געשעפט מיט א קרעדיט קארד, האבן זיי אנגעהויבן אייביג צו צאלן מיט קעש כדי צו קענען באקומען טשעינדזש און מעגליך באקומען א פינעווער. אזוי האבן זיי אנגעזאמעלט צענדליגער טויזענטער דאללארן בלויז פון פינעווערס.

אויב איינער האט שווארצע געלט – נישט אום שבת גערעדט – זאל עס נוצן די שווארצע געלט פאר די טאג טעגליכע געברויכן, און די ווייסע געלט צו סעיוון אין באנק. ענדערש סעיוו ווייסע געלט אין באנק ווי איידער שווארצע געלט אין גמ"ח. אין באנק באקומסטו כאטש עפעס פראצענטן וואס וועגט איבער אינפלאציע ממילא פארלירט די געלט נישט איר שוויות. משא"כ אין גמ"ח פארלירט די געלט איר שוויות אין לויף פון די יארן, און א גמ"ח איז נישט פארזיכערט, כמובן.

וויל איך אויספירן אז יעדער וואס ליינט דאס זאלן מארגן גיין אין זייער באנק און עפענען א ספעציעלע סעיווינגס אקאונט. אפילו אויב דו זעסט נישט פון ווי די זאלסט האבן געלט דארטן אריינצולייגן, עפען אויף די אקאונט. אין רוב בענק קען מען עפענען וויפיל אקאונט מ'וויל און עס קאסט נישט קיין געלט. איך קען דיר מבטיח זיין אז פלוצלונג וועסטו זעהן אז דו קענסט דא און דארט אוועקלייגן אפאר דאללאר. אפשר טאקע נישט קיין סאך, אבער גענוג אז צוביסלעך זאל זיך אנזאמלען עפעס א סכום. און אז מ'געוואוינט זיך צו צו טראכטן אין די טערמינען פון סעיוון, מיט א סעיווינגס אקאונט צו די זייט, וועט מען צוביסלעך זעהן ווי די סעיווינגס אקאונט וואקסט.

הצלחה רבה.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:47 pm

אן אמת'ע נקודה וואס פאלט פשוט נישט איין.
א המשך צו ראובן'ס למעשה פרוייקט, למעשה #17.

דערמאנסט בדרך אגב אז די באנק וואס דו נוצט גיט אינטרעסט פאר א טשעקינג אקאונט, איז דאס ביי יעדע באנק?
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:58 pm

זייער ריכטיגע נקודות. איך וויל נאר צולייגן צוויי פונקטן. 1) די פראצענט פון די באנק וועגט 'נישט' איבער אינפלאציע, ווייט נישט. די סיבה צו סעיווען אין די באנק איז - ווי דו האסט ערווענט - ווייל די גמ"ח איז נישט פארזיכערט, משא"כ די באנק האט fdic אינשורענס אויף ביז צוויי הונדערט פופציג טויזנט דאלער פער אקאונט. עטליכע פון מיינע פריינט האבן שוין פארלוירן זייער שווער אנגעהארעוועטע געלט אין פארשידענע גמ"חים. זייט געווארענט, האלט נישט אין איין גמ"ח מער ווי אפאר הונדערט דאלער. 2) ע"פ רוב וועסטו קיין סאך נישט סעיווען אויף אזא אופן. רוב מענטשן זענען נישט דיצעפלינירט אוועק צו לייגן געלט. ענדערש סעט אויף אויף אן אטאמאטישע וועג זאל געלט דעביטיד ווערן פון דיין אקאונט אדער דיין פעיטשעק, (עס איז דא עטליכע מהלכים דאס צו טון) אזוי וועט עס נישט פארלאנגן כסדר'דיגע דיצעפלין. וכן אני נוהג כמה שנים לטובה, און אפילו אין מיינע אנגעשטרענגסטע צייטן איז ארויס פון מיין אקאונט חודש'ליך א גאנץ כמעשה'דיגע סכום פאר לאנג-טערם סעיווינגס.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2733
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6130 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:07 pm

א דאנק פארן וויכטיגן ארטיקל.

אויב איך מעג פרעגן, וועלעכע באנק ניצטו?
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2089
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

אנליין סעיווינגס אקאונט

הודעהדורך פאטעטא טשיפס » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:56 pm

גרויסער דאנק פאר @וויליאמסבורגער פאר די וויכטיגע און אינפארמאטיווע ארטיקל איבער זאמלען און אוועקלייגן געלט.

איך וויל נאר צולייגן אפאר הערות:

1) דעם ארטיקל איז ספעציעל נוגע פאר אינגע מענטשן; זיי האבן נישט קיין גרעסערע טאג-טעגליכע הוצאות.

2) דער שרייבער האט פארגעסן צו באריכטן איבער אנליין בענק. א שטייגער ווי www.allybank.com וואס האט אגב אויסערגעווענליכע גוטע קאסטומער סערוויס, וו.צ.ב.ש. 24/7 אנליין טשעט און פאון סאופארט.

די געדאנק פון די אנליין בענק איז וויבאלד זיי פארמאגן נישט קיין 'בריק און מארטער' סטארפראנט געשעפטן, קענען זיי פארשטעלן בעסערע ראטעס ווי די אלגעמיינע בענק.

[מ'קען עפענען אן אנליין סעיווינגס אקאונט ביי Ally Bank יעצט און באקומען 0.99% אינטרעסט פער יאר - וואס איז אסאך מער ווי די לאקאלע בענק געבן]. עס איז נישטא קיין מינומים אדער מאנאטליכע אפצאל - אנדערש ווי אסאך אנדערע בענק וואס האבן א לאנגע צעטל מיט רעגולאציעס... און זיי זענען אויך פארזיכערט דורך די FDIC ביז $250,000 פער קאנטע.
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:28 pm

האט Ally Bank א אפציע צו דעביטען מיין chase account חודשליך?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4807
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9618 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9311 מאל

הודעהדורך פאטעטא טשיפס » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 8:39 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן:האט Ally Bank א אפציע צו דעביטען מיין chase account חודשליך?


יא, זיי האבן די מעגליכקייט דערפאר. פאר מער אינפארמאציע דריקט דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פאטעטא טשיפס אום פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:07 am

עמעזאן האט געשריבן:אן אמת'ע נקודה וואס פאלט פשוט נישט איין.
א המשך צו ראובן'ס למעשה פרוייקט, למעשה #17.

דערמאנסט בדרך אגב אז די באנק וואס דו נוצט גיט אינטרעסט פאר א טשעקינג אקאונט, איז דאס ביי יעדע באנק?

די באנק וואס איך נוץ - עפעל בענק - האט צוויי סארט אקאונטס. איינס וואס האט נישט קיין אינטערסט און א צווייטע וואס האט יא אבער אויב מ'האט נישט דערין א מינימום פון 2,500$ איז דא א טשארדזש פון 10$ א חודש. איז פאר טשעקינג נוץ איך די אקאונט אן אינטערעסט און פאר סעיווינגס נוץ איך די אקאונט מיט אינטערעסט. (נישט אז די אינטערעסט איז גרויסע זאכן -ס'איז בערך 0.5 פראצענט)

ריכטיג האט געשריבן:א דאנק פארן וויכטיגן ארטיקל.

אויב איך מעג פרעגן, וועלעכע באנק ניצטו?

עפעל בענק
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:15 am

הוגה האט געשריבן: 1) די פראצענט פון די באנק וועגט 'נישט' איבער אינפלאציע, ווייט נישט.

כ'האב דאס נישט געוויסט. יעצט נאכגעקוקט און געזעהן אז דו ביסט ליידער גערעכט. אינפלעישאן איז די לעצטע צוויי יאר געווען בערך 1.5 פראצענט, און די באנק געט קוים א האלבע פראצענט.

הוגה האט געשריבן:2) ע"פ רוב וועסטו קיין סאך נישט סעיווען אויף אזא אופן. רוב מענטשן זענען נישט דיצעפלינירט אוועק צו לייגן געלט. ענדערש סעט אויף אויף אן אטאמאטישע וועג זאל געלט דעביטיד ווערן פון דיין אקאונט אדער דיין פעיטשעק, (עס איז דא עטליכע מהלכים דאס צו טון) אזוי וועט עס נישט פארלאנגן כסדר'דיגע דיצעפלין. וכן אני נוהג כמה שנים לטובה, און אפילו אין מיינע אנגעשטרענגסטע צייטן איז ארויס פון מיין אקאונט חודש'ליך א גאנץ כמעשה'דיגע סכום פאר לאנג-טערם סעיווינגס.

אפשר שמועסטו אויס די מהלכים?
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:52 am

איך האב נישט יעצט קיין צייט צו אריינגיין אין דעטאלן, נאר בקיצור נמרץ. עס זענען דא עטליכע מהלכים, א יעדער איינס פון זיי איז געאייגנט אויף אנדערע מטרות און צושטאנדן. הצד השוה שבהם אז זיי צווינגען דיר אוועק צו לייגן געלט אויף א סיסטימאטישע וועג. א יעדער איינער פארשטייט די וויכטיגקייט דערפון אבער רוב רובם פון די מענטשן טוען עס נישט. מענטשן וועלן געווענטליך זאגן אז זיי קענען עס נישט טון, אבער מיין עקספיריענס האט מיר געוויזן (ווי די פותח האשכול האט ארויסגעברענגט) אז דער דיציפלינירטע סעיווער האט נישט מער געלט אדער ווייניגער הוצאות ווי דער וואס סעיווט נישט. אין א קליינע צאל פון די פעלער וואס איך קען איז די מענטש וואס לייגט אוועק געלט בטבע א דיציפלינירטע מענטש, אבער אין רוב פעלער איז עס פשוט ווייל די מענטש האט זיך אויפגעסעט א סיסטימאטישע אופן פון אוועק לייגן געלט. און טאקע אינטערעסאנט, נאר דער געלט ווערט אוועק געלייגט און גארנישט מער. דער סיטימאטישע סעיווינגס ווערט פונקט ווי נאך א טעקס. פונקט ווי עס גייט אראפ צען פראצענט (בערך) פון די פעיטשעק פאר די רעגירונג, ריגארדלעס אויב דו ביזט געדרוקט פינאציעל אדער נישט, אזוי אויף גייט אראפ נאך א פינף, צען אדער פופצן פראצענט אטעמאטיש, נישט פאר די רעגירונג, נישט פאר דיין לענדלארד, נישט פאר דיין גראסערי מאן, נאר פאר דיר אין טאש.

    1) מען קען אויפסעטן א סעיווינגס אקאונט אדער א סידי אקאונט וואס גיבט עפעס פראצענט אויף דיין געלט אז עס זאל אטאמאטיש דעביטען פון דיין באנק אקאונט, וועכנטליך צו חודשליך, וויאזוי עס איז דיר באקוועם. די מעלה דערפון איז אז די געלט איז אלעמאל אוועילעביל אויב דו דארפסט עס, עס איז פארזיכערט אן קיין ריסק, קענסט אלעמאל אפשטעלן די פלאן אויב דו דארפסט און עס איז אינשורד ביי די רעגירונג ביז צוויי הונדערט פופציג טויזנט דאלער פער אקאונט. עס לוינט ע"פ רוב ענדערש צו מאכן א סידי אקאונט. מענטשן מיינען אז אויב מען וויל אפשטעלן א סידי אקאונט אינמיטן די טערמין באצאלט מען א פענעלטי, עס איז ע"פ רוב נישט אזוי. די פענעלטי איז געווענטליך בס"ה די לעצטע 6-12 חדשים אינטערעסט אבער נישט די קרן. ממילא לוינט געווענטליך צו מאכן א 5 יעריגע סידי. די חסרון פון אזא פלאן איז צווייפאכיג. איינס, די געלט איז אלעמאל אוועילעביל און דו קענסט גאר גרינג אפשטעלן די פלאן, ממילא פארלאנגט עס נאכאלץ גאר שטארקע דיציפלין אז עס זאל זיך אנהאלטן פאר א לאנגע צייט און אז דו זאלסט נישט ארויסנעמען פון דארט אויב דו דארפסט - לדוגמא - אפצאלן דיין שכר לימוד חוב אדער צוצוענדיגן דעם חודש. צוויי, די וואוקס אויף די געלט איז גאר קליין ווי שוין ערווענט אויבן (די ווייניגער ריסק די ווייניגער וואוקס), אין די לעצטערע יארן איז אינפלאציע געווען 1-2 פראצענט, on average איז אינפלאציע אין אמעריקא געווען בערך 3 פראצענט פער יאר אין די לעצטע הונדערט יאר, אבער אסאך יארן איז עס געווען אסאך מער פון דעם. אויב זוכט איר א ליסטע פון בענק וואס געבן די בעסטע ראטעס, זעהט דא. איין מאל איר האט געטראפן א באנק מיט א גוטע ריטורן, רופט זיי אן און פרעגט זיי אויב זיי וועלן מאכן אטאמאטישע דעביטס, אדער פרעגט אייער יעצטיגע באנג אויב זיי וועלן מאכן אטאמאטישע טרענספערס. (איך האב אמאל געהערט אז אמעריקאן עקספרעס טוט דאס אויך און זיי געבן א א משהו בעסערע פראצענט ווי רוב בענק.)

    2) ריטייערמענט און פענציע פלענער וואס זענען ספאנסערד דורך די עמפלויער. דאס מאכט אז די געלט וואס איר לייגט אוועק זאל אטאמאטיש אראפ גיין פון די פעיטשעק נאך איידער איר באקומט עס, לויט וויפיל איר שטעלט אן אנהייב יאר. די דאזיגע פלענער האבן געוויסע גרויסע מעלות פאר געוויסע מענטשן, בעיקר איז עס רעקאמענדירט פאר מענטשן וואס זייער ביזנעס גיבט matching funds. דאס מיינט אז אויב איר לייגט אריין לדוגמא 3 פראצענט פון אייער איינקונפט אין די פלאן וועט די ביזנעס match'ן און צולייגן ביז פופציג אדער גאר הונדערט פראצענט פון דער סכום. אויך טוען עס געוויסע מענטשן אלץ א solution צו טעקס פראבלעמען, ואכמ"ל. די חסרון איז אז וויבאלד עס האט אסאך טעקס אדוואנטידזשעס טוט די רעגירונג ריסטריקטן אז מען קען עס נישט ארויסנעמען פאר איר זענט 59 און א האלב, נאר מיט שווערע פענילטיס.

    3) האול לייף אינשורענס איז נאך א מהלך וויאזוי מען קען זיך צווינגן צו אוועקלייגן געלט. דאס איז אבער נאר פאר לאנג טירם, א מינימום פון בערך 10 יאר. די ערשטע פאר יאר ווערט א גרויסע טייל פון די געלט נישט אוועילעביל. מיט האול לייף אינשורענס אויב עס איז אויפגעסעט ווי עס באדארף צו זיין האט עס כמעט גענצליכע פלעקסיביליטי אבער דאך איז עס נישט אזוי פלעקסיביל ווי א באנק אקאונט. מאנכע קוקן עס אן ווי א מעלה אז עס צווינגט דיר מער צו אוועקלייגן און האלטן די געלט, אדערע קוקן דאס אן ווי א חסרון. האול לייף אינשורענס איז - פונקט ווי א באנק - נישט קיין ריסק פאר דער געלט און עס איז אינשורד ביי די רעגירונג (אין נו יארק און אין אנדערע סטעיטס) ביז פינף הונדערט טויזנט דאלער. די פראצענט אויף די געלט, איינמאל ביסט אריבער די ערשטע פאר יאר פון די פלאן, איז אסאך שענער ווי באנק אקאונטס, היינטיגע טעג איז עס צווישן 3-4 פראצענט. פארדעם איז עס נישט אזוי פלעקסיבל ווי א באנק אקאונטס. אויב אבער לייגט איר אוועק די געלט פאר די נעקסטע פאר יאר דאן איז די באנק אקאונט דאס פלאץ עס צו לייגן.

    4) גמ"ח הלוואה. דער עצה האב איך געגעבן פאר א באקאנטע וואס האט מסיבות שונות נישט געקענט טון קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע אבער ער האט זיך נישט געקענט דיציפלענירן אוועק צו לייגן געלט א יעדע חודש, סיי עס האט נאר אנגעהאלטן פאר 2-3 חדשים און דערנאך האט ער געפונען תירוצים שונים עס נישט צו טון, סיי ער האט כסדר געטראפן עמערדזשענסיס צו אויסנוצן זיין ביסל אפגעזאמעלטע געלט. ער האט ארויסגענומען הלוואות פון פינף טויזנט דאלער פון צוויי גמ"חים, דאס האט ער געגעבן פאר איינעם אוועק צו לייגן פאר אים. ער האט זיי געגעבן העד טשעקס פון צוויי הונדערט דאלער פער חודש און אזוי האט ער אין צוויי יאר זיך אפגעשפארט צען טויזנט דאלער. ער האלט שוין אינמיטן די צוויי רונדע פון דער פלאן.
עס זענען אויך דא אינוועסטמענט פירמעס (א שטייגער ווי ווענגאורד) וואס וועלן אטאמאטיש ארויסנעמען געלט פון דיין אקאונט און עס אריינלייגן אין דיין אינוועסטמענט אקאונט, אבער דא רעדט מען דאך פון סעיווינגס, געלט וואס מען קען נישט ריזיקירן אין אינוועסטמענטס - וועלכע איז אן עקסטרע נושא פאר זיך. דאס וואס איך האב געברענגט ריטייערמענט פלענער אין נומער צוויי, האב נישט דוקא געמיינט די וואס זענען אין די מארקעט, מען קען האבן ריטייערמענט פלענער אין סידי אקאונטס אדער אינשורענס וכדו' ואכמ"ל.


*Disclaimer: For the sake of transparency I must disclose that I do this for a living. i


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2733
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6130 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:29 pm

זייער שיין ר' @הוגה. גוט און ניצליך באשריבן

אינצווישן האב איך באמערקט דעם אשכול
viewtopic.php?f=25&t=6235
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:50 pm

אויף נומ. 4 האב איך א שטיקל שאלה, פארוואס זאל איך אויסצאלן א גמ"ח בעפאר איך דארף עס, אויב דארף איך 10 אלפים קען איך דאך דעמאלס גיין צום גמ"ח און צאלן צעביסלעך. אודאי איז בעסער פריער, אבער אויב עס איז שווער, איז דאך אין מקדימין לפורעניות...

און בכלליות וויל איך פרעגן אויב איינער קען לעגאלע געזעצן ביי דעם, אסאך אידן דא האבן געוויסע שטאטישע פראגראמען, ביז וויפיל מעג מען האבן אוועקגעלייגט אין סעיווינגס אקאונטס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14891
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17717 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:55 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אויף נומ. 4 האב איך א שטיקל שאלה, פארוואס זאל איך אויסצאלן א גמ"ח בעפאר איך דארף עס, אויב דארף איך 10 אלפים קען איך דאך דעמאלס גיין צום גמ"ח און צאלן צעביסלעך. אודאי איז בעסער פריער, אבער אויב עס איז שווער, איז דאך אין מקדימין לפורעניות.


ווייל אוועקלייגן 5-10 אלפים פער יאר אנגעהויבן ביי די צוואנציג איז גרינגער ווי צו בארגן און אפצאלן 50 אלפים אין איין יאר ווען מען דארף חתונה מאכן אדער מאכן א דאונפעימענט. גראדע האט יענער זיך פשוט געזוכט אויפצוזאמלען אן עמערדזשענסי פאנד אז ער זאל האבן זעקס חדשים צו לעבן על כל צרה שלא תבוא וואס מאכט זיך ביי א יעדע צווייטע משפחה. ער האט זיך אבער נישט געקענט צוזאמקראצען צו אוועק לייגן דער נויטיגע 40 אלפים האט ער געזוכט א וועג זיך צו צווינגען דערצו.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2733
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6130 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 11:09 am

אויב איינער געניסט פון שטאטישע פראגראמען מעג ער האבן אין א סעווינגס אקאונט אפאר אלפים?
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 11:27 am

פאר מעדיקעיד און פוד סטעמפס מעג מען היינט צוטאגס האבן אין די אקאונט וויפיל מ'וויל.

אנדערע פראגראמען ווייס איך נישט.

מ'דארף אבער זייער נזהר זיין שוין צו האבן די געלט לעגאל אין באזיץ איידער מ'גייט ארויף אויף די פראגראמען. ווייל אויב פארדינט מען עס אויף די פראגראמען איז שוין א פראבלעם.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1505
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1440 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל

הודעהדורך green sunday » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 11:34 am

קורקלענד האט געשריבן:פאר מעדיקעיד און פוד סטעמפס מעג מען היינט צוטאגס האבן אין די אקאונט וויפיל מ'וויל.

אנדערע פראגראמען ווייס איך נישט.

מ'דארף אבער זייער נזהר זיין שוין צו האבן די געלט לעגאל אין באזיץ איידער מ'גייט ארויף אויף די פראגראמען. ווייל אויב פארדינט מען עס אויף די פראגראמען איז שוין א פראבלעם.

i don't know about the above , but for sec 8 they do count it if you have more then $2000 in your account no meter from where you money is coming.
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 5:27 pm

יישר כח קוקערלענד, דו וויייסט עס פאר א פאקט?
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:59 am

מאכט נישט קיין סענס אז דאס זאל זיין אמת.

הייסט דו האסט עשרת אלפים אין אקאונט און איך זאל דיר געבן נאך אפאר טאלער פ.ס. כדי צו קענען לייגן ברויט אויפ'ן טיש?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14891
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17717 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 2:15 am

שמעקעדיג האט געשריבן:מאכט נישט קיין סענס אז דאס זאל זיין אמת.

הייסט דו האסט עשרת אלפים אין אקאונט און איך זאל דיר געבן נאך אפאר טאלער פ.ס. כדי צו קענען לייגן ברויט אויפ'ן טיש?


בנוגע פ.ס. האב איך איצט איבערגעקוקט. פאר א רגע האט אויס געקוקט אז ס'איז א פראבלעם. אבער ווען איך האב געליינט די פיין פרינט, איז דא א לינק צו א דאקומענט וואס צייגט אז אין ניו יארק איז עס אקעי.

בנוגע מעדיקעיד געדענק איך ווען די ריסטריקציע איז אראפגענומען געווארן. אבער איך ווייס נאר פאר איינער וואס איז אונטער זעכציג. העכער די זעכציק איז דא אנדערע הלכות.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1505
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1440 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל


גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron