שבת סליחות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

שבת סליחות

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א חבר מיינער, א וואוילער שטאפענע הוט מיט א געוואלדיגע רילעישאנשיפ מיט'ן אויבערשטן – איך גיב דיר מעשר דו גיבסט מיר נחת. אזוי צוריקלייגענדיג מיין סמארטפאון אין טאש זאג איך איהם "הערסטו, כ'זעה אויף גוגל ניוס אז משיח איז געקומען", אזוי מיט א טוהט-מיר-א-טובה שמייכל זאגט ער הע, הע... זאג איך איהם: נאו, סיריעסלי, ער איז שוין אין אינדיע, באלד קומען דא די חברה מיט די שופרות. הי, הי, קארני...

וואס איז? האסט עקספעקטעד עפעס א דראמאטישער שדים טאנץ אינמיטן די גאס, הא? דיין מיניווען זאל פארן פארקערט, און דיין נאז זאל ווערן א שטיק גאלד. ס'קען נישט זיין סתם 'משיח איז געקומען'.

---------

אונזער סייקאו מוטשעט זיך מיט א שרעקליכער פאראדאקס, מצד אחד איז א פשוט'ע הנחה אז מיר זענען די ערגסטע ווערסיע פון כלל ישראל וואס האט נאר אמאהל עקזעסטירט, דאס איז אפילו נישט אפען פאר דיבעיט – מ'דארף עס אפילו נישט אויסשמועסן, עס איז די אונטערליגענדע הנחה פון א גרויסן טייל פון אונזער לעבן – לאמיר אביסל פארלייכטערן דעם אויבערשטן פון די שרעקליכע יסורים וואס מיר מאכן איהם אהן.

אויב זאלן מיר נישט צופיהל דעטאלן טראכטן איז פשוט אז אונזער מצב איז: מיר רעיפן בתולות תחת כל עץ רענן, דרייצנטע עוועניו איז פול מיט הרוגים וועלכע מיר הרג'ענען פאר שוואוילטאג, און תפילין לייגן מיר עטליכע מאהל א יאר.

צווישן איין קרעכץ און צווייטן, צווישן אן אסיפה און א התעוררות טעיפ, גרייט מען זיך אויף סליחות מוצאי שבת, מיט א צושאסן הארץ גייט מען זאגן אביסל קינות, זיך מודה ומתודה זיין אויף אונזער נידרעטרעכטיגע עקזיסטענץ, ווי א כתה ה' יונגל וועמען דער נאצי-מלמד האט געכאפט ביי די עבירה.

וואס אן אמת ווייס איך ניטאמאהל פארוואס דער מאנסטער אין הימל האט אונז נאכנישט צוקוועטשט ווי די אגלי ספיידער דעט ווי אר.

מצד שני אבער ווייסן מיר דאך דעם אמת אז אזא שיינער כלל ישראל איז נאכנישט געווען מיום היותנו לגוי, רציחה האבן מיר פארטוישט אויף עפעס א גילטי לשון הרע'לע, און אנטשטאט זיך בוקן צום בעל טאנצן מיר אויף פארענטשעס.

בעצם דארף מען עס אפי' נישט אויסשמועסן, תפלה, צדקה, מנין, שבת, יו"ט, תרו"מ, שעטנז, חזיר, גיד הנשה, וואס דו קענסט נאר הערן און געדענקן, מיר זענען כתינוק שאין בו חטא.

איז אונזער סייקאו גייט אראפ פון זינען צו מאכן סדר אין דעם עקסטרעמען פאראדאקס, געוויסע הייבן זיך אהן צוזאמענעמען די גאנצע גאטס וואס איז עוועילעבעל און שרייבן אויף ק"ש אז אונזער גאנצע ליגן-אין-דער-ערד איז א לעגענדע, מיר זעהן גאנץ שיין אויס.

אבער דאס רוב הייבט אהן אנטוויקלן א בילד אין זייער דמיון וויאזוי א פיינע כלל ישראל וואלט טאקע אויסגעזעהן, זיי וואלטן געזעהן מלאכים ארומשפאצירן, זיי וואלטן גע'חלש'ט אין גראסערי פון אהבת ה', און ווען משיח וואלט שוין געווען אין אינדיע וואלט עפעס אין ניו יארק שוין זיכער געקראכט.

-------------

אין חב"ד רעדט מען שטארק איבער 'הזזה בנפש' אפי' כל שהוא, און 'הזזה עצמית'. בפועל ממש זענען מיר טאקע די שענסטע דור, אבער די אלע זאכן זענען נאר די היכי תמצי צוצוקומען צום פנימיות הנפש – עפעס א קיצל זאל עס געבן, מכריז ר' ינאי חבל על דלית לי' דרתא, ותרעא לדרתא עביד.

לא תחפוץ זבח, עולה לא תרצה, זבחי אלקים רוח נשברה.

-----------

עס איז דא א הימליש ווארט פון אלשיך הק', קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים רחל מבכה על בני' כי איננו, 'מבכה' איז א פועל יוצא, זי מאכט אנדערע וויינען, פארוואס שטייט נישט רחל בוכי'.

זאגט ער, א מאמע איז געשלאפן מיט איהר קליין קינד אין א טונקעלע צימער, אינמיטן די נאכט איז שטיל געווארן, זי הערט נישט דאס קינד וויינען, האט זי זיך דערשראקן, איז כדי צו מאכן דאס קינד וויינען האט זי אנגעהויבן אביסל צו וויינען אז די קינד זאל אויך אזוי טוהן. אז דאס קינד ענטפערט נישט וויינט זי העכער און שטארקער, אז ער ענטפערט ווייטער נישט וויינט זי שוין ביטערליך אויף זיין גורל.

רחל זעהט אז דער עולם איז אויסגעשטארבן קיינער וויינט נישט אויף גאולה, כללית ופרטית, ס'איז גוט אזוי, קויפן פאר ביליג און פארקויפן פאר טייער – ווי דער רבי האט געוואלט, און א שיינע אדעסי. 'רחל מבכה' זי וויל מאכן אירע קינדער וויינען, וועקט אייך אויף עפעס זאל דורכדרינגען אייער וישמנ'דיגע פאנצער, הייבט זי אהן 'נהי' – אביסל קרעכצן, אז ס'גייט נישט איז שוין 'בכי', און אז עס רירט זיך נישט וויינט זי שוין 'תמרורים'.

-------------------

ביי חסידי חב"ד פארברענגט מען מוצאי שבת א שטורעמישע פארברענגן און מען גייט צו סליחות 'מיט וואקעלדיגע פיס' כלשון חסידים. בימי חורפי האביך זוכה געווען עס מיטצוהאלטן, משקה האט זיך געגאסן כמים.

קיינער אין נישט נייגעריג אין דיין קינות דעם מוצאי שבת, קיינער דארף נישט דיינע כתה ה' וידויים צום מלמד מיט א פייג פון אונטן. 'הביטו אל נפשותיכם אלו השוכחים האמת בהבלי הזמן' ווי דער רמב"ם זאגט, זייט ווייניגער פארנומען מיט טעקניקעליטיס, זעהט עס זאל זיין א הזזה בנפש, בראי' בעלמא לא קני, הביטו אל נפשותיכם, זאגט דאך שוין תוס' אז הבטה דארף א מעשה כל דהו. עפעס א ריר.

ווי זאגט מען אין גור, לך ה' הצדקה ולנו א גוטע וואך...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר