דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק

שליחה דורך אניהקטן »

די לעצטע וואך צוויי זענען פארשפּרייט געווארן קליפס ווי אראבער ליגן אויף דער ערד פארוואונדעט און אידן איזדיעקעווען זיך אויף זיי. געוויסע האבן געווארנט אז די קליפס קענען מאכן גרויסע פראבלעמען און ברענגען נאך געוואלדטאטן. מילא האסט א קליפ פון די גאנצע מעשה, פון אנפאנג ווען דער אראבער שטעכט אידן ביז צום סוף ווען ער באקומט זיין שטראף איז איין זאך, אבער דער פּראבלעם איז אז די קאמערעס פאנגען (רוב מאל, נישט אלעמאל) אן צו ראלן נאר נאכדעם וואס דער אראבישער רוצח איז שוין געמאכט געווארן אומשעדליך. לייגן נאר האלבע קליפס ווי די אראבער כאפן מכות אבער גיבן נישט צוריק. דאס איז דאך א גרויסע נארישקייט.

ווערט טאקע באריכטעט אין די מידיע אז אסאך אראבער קוקן איבער די קליפס ווי זייערע אראבישע ברידער און שוועסטער ווערן מ'שטיינס געזאגט הערעסד דורך ישראלים (אריינגערעכנט פרומע) און דאס נעמט זיי ארויס פון די כלים און זיי באשליסן נקמה צו נעמען דורכ'ן כאפן א מעסער און זיך ארויסלאזן אויף דער שחיטה. ד"מ אז די וואס כאפן די קליפס זענען גאר די וואס העצן די אראבער צו פארגיסן נאך אידיש בלוט.

שוין אפגערעדט פונעם פאקט אז די בילדער פון דערשראקענע און צעבלוטיגטע אראבער אויף דער ערד ווערט אויסגענוצט דורך די פאלעסטינער פראפאגאנדע צו מהפך זיין הקערה על פיה און פארקויפן א מעשה (וואס אסאך אין די וועלט קויפן אפ) כאילו די אידן זענען די אגרעסארס אדער עכ"פ, ס'זענען דא רוצחים אויף ביידע זייטן.

די לעצטע צוויי טעג טוט זיך טאקע מיט איין ספעציפישן קליפ ווי א דרייצן יעריג יונגל ליגט אויף דער ערד א פארוואונדעטער אין זיין אייגן בלוט, מיט א געפערליכן פחד אין זיינע אויגן, און אויפגעברויזטע ישראלים שטייען ארום אים און שרייען אלע מיאוס'ע ווערטער קעגן אראבער, אריינגערעכנט דער טיפש וואס כאפט אליין דעם קליפ.

דער פאלעסטינער פירער אבו מאזן איז דאן געגאנגען און געהאלטן א דרשה אין וועלכן ער האט געזאגט אז די איזראעליס האבן ""ארויסגעפירט צום טויט" אן "אומשולדיגן" פאלעסטינער יונגל, ניצנדיג דעם קליפ אויפצורייצן די פאלעסטינער און ווייזן פאר די וועלט אז די אידן זענען די מערדער.

צום מזל איז אפירגעקומען א סורוועילענס קעמערע אויף וועלכן מען זעט ווי דער פאלעסטינער יונגל מיט זיין ברודער בושעווען אויף די גאסן מיט א מעסער, שטעכנדיג אידן (אריינגערעכנט א דרייצן יעריג יונגל וואס איז אין א קריטישן מצב). וואס דאס האט געוויזן אז ער איז שוין גארנישט אומשולדיג.

איבער'ן אנדערן בלבול אז אידן האבן אים גע'הרג'עט האט מדינת ישראל צוערשט געהאט א פּראבלעם אויפצואווייזן אז דאס איז נישט אמת, ווייל לויט'ן געזעץ טאר מען נישט פאטאגראפירן א קינד אן דעם רשות פון זיינע עלטערן, און די פאלעסטינער עלטערן האבן בכוונה נישט געלאזט קיינעם נעמען א בילד אז ער לעבט. איז געגאנגען דער געזונטהייט מיניסטער יאנקל ליצמאן, און ער האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע ערלויבעניש פאר די מידיע צו פאטאגראפירן דעם יונגל ווייזנדיג אז דער יונגל ליגט אין שפיטאל וואו ער באקומט די בעסטע באהאנדלונג און מען גיט אים צו עסן און צו טרינקען צו די זעט, בשעת דער יונגל וועמען ער האט געשטאכן ראנגעלט זיך צווישן לעבן און טויט.

למעשה, דער לעסאן וואס מענטשן דארפן זיך לערנען איז אז ס'איז עקסטרעם נאריש און סכנה'דיג צו כאפן ווידעאס פון אראבער ווי זיי כאפן מכות און עס ארומשיקן. עס רייצט אויף אראבער אין די גאנצע וועלט קעגן אידן, און שטעלט אין סכנה די לעבנס פון אידן אויך אינדרויסן פון ארץ ישראל. ווילסט שיקן א קליפ פון די טעראריזם אין ארץ ישראל? שיק א קליפ ווי יענער אראבער פארט אריין מיט זיין קאר אין א גרופע אידן און ווי ער שטעכט זיי נאכדעם מיט א געפערליכע רציחה, הרגענדיג איינעם און צע'מזיק'נדיג אנדערע. אזעלכע קליפס ווייזן פאר די וועלט דאס גאנצע בילד. די אנדערע קליפס זענען א געפערליכער חורבן, שטעלן די לעבנס פון אידן אין א סכנה און מאכן אויסקוקן כאילו די אידן זענען די וואס פייניגן אראבער און נישט פארקערט.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר