וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:16 pm

אין א רויטערס אנקעטע וואס האט אויסגעפרעגט 25 איצטיגע און געוועזענע פאליציאנטן אינעם נ.י.פ.ד. האבן '24' פון זיי געזאגט אז זיי שטייען אויס ראסע פראפיילינג פון אנדערע פאליציאנטן זיי זענען נישט אין די פאליציי מאנדורן!

צווישן וואס זיי האבן אויסצושטיין איז, ווערן אפגעשטעלט על לא עול בכפו, סטאפ-ענד-פריסק ביים איינקויפן אין געשעפט, ווארפן זייער קאפ אקעגן זייער קאר, אויסגעשטרעקטע ביקסן צו זייער געזיכט! אריינגעווארפן אין פאליציי ווענס.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2298 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:09 pm

אין אישית האט מיר איינער אנגעפרענגט די פאלגנדע פראגע, ברענג איך אלזא ארויף דעם אשכול פון ידידינו הבלתי נשכח הרב @לעיקוואד נ"י.

א גוטן ר׳ ראובן ,
לאמיך אייך עפעס פרעגן , כוויל אייך נישט אראפרייסען און בכלל האב איך נישט קיין דעה אינעם ענין , נאר כוויל באמת פארשטיין , וואס איז באמת די פראבלעם פון ראסיזים נאכדערצו אז סדארף קומען מיט אזא קנאות , איך פארשטיי אז שלעכטס טוען פאר א מענטש וועגן א ראסע אדער טשעפענען און באליידיגען איז א שלעכטע זאך וויבאלד וואס ער איז איז ער א מענטש אבער וואס איז די חסרון פון זאגן אז למשל א שווארצע איז א שוואכערע סארט אז ער האט שלעכטע מדות בטבע אדער ער איז ווייניגער קלוג ווי א ווייסע ,
ידידך מוקירך המצפה לתשובתכם.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9440 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:14 pm

במקו"א כתבתי:

רויטע וואנצעס האט געשריבן:טייל מענטשן האבן אלעס ליב צו לייגן אין באקסעלעך. איין באקסעלע הייסט "היימישע איד", צווייטע באקסעלע הייסט "גוי" אא"וו. ס'איז אבער נישט אזוי, דער מענטשהייט איז איין גרויסע באקס, ס'דא אין דעם אלע סארט פירות.

למאי נפקא מינא?
ווען מ'פארשטייט אז דער מענטשהייט איז איין באקס, און יעדער מענטש איז א פירה פאר זיך, איז מען דן איבער פירות. איין פירה איז נישט שולדיג אדער נוגע צום צווייטן. אבער אז מען צוטיילט יעדע סארט מענטש אין א באזונדערע באקס, אן קוקן בפרטיות אויף יעדע פירה, ברענגט עס שנאה און מחלוקת צו דעם גאנצן באקס שלא ביושר. די מענטאלעטי ברענגט אינטער די וועלט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4854
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9446 מאל

הודעהדורך diff » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:51 am

מיינסט מותר לשנות מפני דרכי שלום
דו ניצט דאס אויך ווען דו מיט דיין שכן קריגן זיך
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך diff » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:30 am

ער פרעגט: וואס איז באמת די פראבלעם פון ראסיזים נאכדערצו אז סדארף קומען מיט אזא קנאות

קנאות ניצט מען ווען מ'וויל מאכן פין א ווייסע זאך, שווארץ
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

Re: וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג מערץ 15, 2016 11:19 am

יעצט אריינגעבליקט דא צום ערשט.

לענ"ד זענען די אלע כללים וואס הער לעיקוואד האט געברענגט נכון ווען איינער האט א וועג דן צו זיין א פרט לפי זיין מהות והילוך החיים וכדו'.

ווען איך וויל זיך באווארענען פון א געוויסע זאך, און איך האב נישט קיין וועג נאכצוגיין דעם פרט, האב איך א רעכט שוקל צו זיין לפי דעם כלל.

א באקאנטע משל, די פליטים קריזיס פון סוריה, עיראק, וואס רוב לענדער וועלן זיך מונע זיין זיי אריינצונעמען וויבאלד ס'איז אוממעגליך צו וויסן ווער ס'יז באמת א פליט, און ווער איז אן אייסיס מעמבער, האט מען א רעכט צו מאכן א כלל (אויפן מינימום אופן וואס איז שייך), און נישט ארייננעמען א געוויסע ראסע, איינוואוינער.

ווען איינער גייט אין גאס און זעהט א גרופע שחורים קומען אים אנטקעגן וועט ער נישט זיין א ראסיסט טאמער וועט ער גיין אויף די אנדערע זייט גאס. טאמער איז ער מחליט אז ער וויל טיילן געלט פאר ארימע מענטשן, און איז זיך מונע פון צו טיילן ביי די שווארצע געגנט ווייל ער האט מורא פאר אן איבערפאל, איז ער ווייטער נישט קיין ראסיסט.

נאך א נקודה, ווי העט זיין טאמער דער שחור זעלבסט איז זיך מונע פון טוהן ביזנעס מיט זיין פעלאו שחורים, ווייל ער איז באקאנט איבער זייער 'חכמה' און 'צוגעלאזנקייט' וכו', טאמער הייסט ער נישט קיין ראסיסט, איז דאס א פארלעצונג קעגן די ווייסע ראסע, וואס האבן נישט דעם רעכט.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2654 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט