ברעקינג! Israel וועט זיין די נאמען פון די נייע אידישע מדינה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 858 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 701 מאל

ברעקינג! Israel וועט זיין די נאמען פון די נייע אידישע מדינה

שליחה דורך ירח בן יומו »

מזל טוב! מזל טוב!

ווי עס ווערט געמאלדן יעצט אין די נייעס hamodia.com/2015/11/10/now-after-66-years-israel-officially-has-a-name/
נאך זעקס און זעכציג יאר האבן די חברי הכנסת מחליט געווען אפיציעל א נאמען צו געבען די נאמען פון די פריש געגרינדעטע אידישע מדינה ויקרא שמו ב"ישראל" (Israel). ווי עס שיינט האלטן זיי אז וויבאלד די מדינה באשטייט בעיקר פון יודן איז פאסיג מ'זאל רופן מדינה על שם יושביה.

אויך איז יעצט אנגענומען געווארן אפיציעל די ניגון די מדינה, די National Anthem וועט זיין "התקוה". די ניגון איז פארפאסט געווארן מיט יארן צוריק דארך די וואס האבן געשטרעבט און געהאפט צו קענען אנגקמען קיין ארץ ישראל און קיין ירושלים. די ניגון איז פיל מיט בענקעניש צו פרייהייט אין דעם הייליג לאנד. עס ברענגט ארויס דאס וואס ווירלבט שוין אין די הערצער פאר באלד צוויי טויזנט יאר. עס איז טאקע פאסיג פאר די יודן וואס קערן זיך צוריק אהיים און גרינדן אן אייגן לאנד צו זינגן די געוואלדיגע ווערטער.

ככל הגוים בית ישראל פאסט אויך אז מיר זאלן האבן אן אייגן פאן. בשם אלקינו נדגול. נאך אסאך מחשבה איז באשטעטיגט געווארן צו מאכן די פאן אל סימבאלירן אידישע מצוות און מנהגים. די גוף הפאן וועט זיין ווייס מיט בלויע שטרייכן ביי די צוויי זייטן צו סימבלאזירן די טלית של מצוה, די שטריכן זענען בלוי ע"ש התכלת, אזוי ווי די טערקישע טליתים וואס האבן א טרעיס אוו בלא, (ווער האט איינגעפירט די שטריכן אויף די טליתים? וועלכע דורות? וויפיל שטריכן? וועלכע קאלירן דארפן זיי זיין? וואו אלט\ניי איז דאס? שוין שוין, דאס דארף שוין אן אשכול פאר זיך). אימיטן די פארן וועט מען אריינלייגן אזא שטערנדל מיט ששה קצוות וואס סימבאלזירט אידישקייט שוין פאר לאנגע יארן אויף אידישע שילן, פרכות'לך ספר תורה מענטלעך און ליידער אויף די ארעמעס פון די קדושים מושלכים באש בשנות הזעם.

עס הערשט א גרויסע שמחה ביי אחינו בבני ישראל די בכל אתר ואתר אז ענדליך ענדליך זענען מיר שוין א עכטע לאנד. פונקט ווי אמעריקע קאנאדא און הייטי.

-----------------------------
איין מינוט די אלע פאנען וואס איך האב פארברנעט אלץ בחור איז געווען ממש א ברכה לבטלה? ס'איז אפילו נישט געווען די פאן פון מדינת ישראל, אופס, ס'איז אפילו נישט געווען קיין מדינת ישראל, אוי וויי, דארף מען יעצט איבער ברענען און שרייען פוי או געוואלד?

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר