קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]נטורי קרתא איז איינס פון די מערסט מאדנע פענאמענאלן אין אינזער "גלות-דור", עס איז א אומגליקליכע סעקטע, א קרייז מענטשן וואס יעדן פון זיי קען מען דיאגנאזירן מיט מאדנע בוכשטאבן, זיי שטייען עלנד און אפגעריסן פון יעדע קהלה און גייען זייער פאנאטישע קאמף אנזייענדיג קטריגים אין הימל און חילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט זייערע "משיגענע" קאנטראווערסיאלע טאטן.


מענטשן האבן זיי "פיינט" בשנאה שאינו חנם, און נישט דוקא צוליב זייער עקסטרעמע שנאה קעגן "ציוניזם" וואס סאטמאר שטייט נישט צו אפגערוקט דערפון, נאר צוליב זייער גאנג וואס האט אין זיך איסורים אין די תורה, אוממענטשליכקייטן, און אקטן וואס ברענגען שטוינונג און אויפברויז.


עס איז א טעמע וואס "גייט שוין פון די נאז" און גרילצט די פרישע דור, מען עקלט זיך פון דעם נושא אבער "העפענס טו ב"י" איז דא אין קאווע שטיבל איז נאכנישט געהעריג דאקומענטירט און אראפגעשריבן אט די פראקציע וועלכע שיסן פון אפשיי מיט זייערע אנשויאונגען, ליבנדיג ישמעאל העכער ישראל טוענדיג זייערע גרוילליכע מאסנאמען צו די צארן פון עם ישראל, און אריבער גאר צו די נישט אידישע וועלט.


עס זענען דא עטליכע טעמעס אויסצושמועסן, מען קען זיי באגיסן מיט די נידריגסטע טיטלען און סטיגמעס; זיי שעלטן און אפשפעטן אבער דאס איז נאר גוט ווען מען קומט מיט א "ארטיקל" זיי ארומצונעמען און באטראכטן פון די נאנט זייער לעבן, וואס עס טרייבט זיי צו טון זאכן וואס יעדער וואלט זיי אפגערעדט דערויף; און אראפגעקוקט, און וואס איז ווארצל פון דעם גאר מאדנע שיטה פון "לעקן דעם אראבער" וואס איז נישט אויסשליסלעך ארטעדאקסיש, נאר באקאנט אויך ביי געוויסע לינקע גרופעס און ארץ ישראל ווי פרייע חילונים גייען צו אראבישע ערטער און טוען דאס וואס נטורי קרתא טוט, (מר"ץ צום ביישפיל).


זינט עס איז פאראן די פראבלעם פון שלעגערייען צווישן אידישע "ציונים" וואס ליבן ציון ארויס פון יעדן פראפארץ, און אראבישע איינוואוינער וואס נעסטיגן אין יעדן ווינקל איבער גאנץ ארץ ישראל איז נישט פאראן קיין שום לעזונג וויאזוי מען קען זיך באגיין אז "יעדער זאל זיין צופרידן.

ליידער זענען דא בלוטיג-פארשמירטע ערד אין ארץ ישראל, און די היסטאריע איז זייער ביטער, קברים און שווערדן זענען עדות דערצו, עס זענען געפאלן מענטשן צו רציחה פון ביידע זייטן און עס איז נאך ביז אין דעם מאמענט וואס די שורות ווערן געשריבן נאכאלץ נישט דא די ענדגילטיגע געוויסן אז עס איז שוין "רוהיג אין לאנד" און מיר ערליכע אידן ווייסן און האפן אז משיח צדקנו וועט איין טאג ערשיינען און ליכטיג מאכן די וועלט מיט שלום ושלוה.

ווי באקאנט האבן די "ציונים" געטון פילצאליגע פעולות צו דעראבערן די טעריטאריע פון פאלעסטינע און עס איז נאך פארוויקלטע שלאכטן און היסטארישע טרייסלונגען געגעבן געווארן די לאנד צו די "ציוניסטישע באוועגונג" די אידן דאן זענען אויסגעשטאנען שווערע נסיונות און דאס רוב טייל פון כלל ישראל איז ליידער געווארן אפגע'שמד'ט אין יענע תקופה צו די איינרעדעניש אז דאס איז די גלות-ענדע ווערנדיג איבערצייגט דורך מכלומרשטע "ניסים", ווערנדיג צוגעשפילט צום פאקט אז גאר גרויסע רבנים אין יענע צייט זענען געפאלן אין קעלבערנע התפעלות צום "ציוניזם" געדאנק.


דער געשעעניש איז אבער געווען א ביטערע איבערגאנג פאר א קלענערע צאל "ערליכע אידן" וואס האבן פארשטאנען אז השי"ת וואלט נישט באפרייט זיין פאלק מיט אזאנע טאקטיקן און ווידער מיט א צעבראכענע געמיט אויסגעלאזט אלעס אין לאנד און איגנארירט די ווילדע "עליה" מאשין וואס די יונג לענדל האט געלאזט אין גאנג.

קייען שטרוי איז נישט אינטערסאנט, איז לאמיר מקצר זיין יעדער ווייסט אז סאטמאר רב ז"ל אינאיינעם מיט נאך אסאך רבנים אין יענע דור האבן שטארק געוויינט אויף דעם פראבלעם און האבן געטון כסדר דערוועגן, דא האט זיך פארמירט אין עטליכע ברוקלינע דירות מיט אויסגעברענטע אודים מוצלים מאש, די סאטמארע שיטה וואס דאס איז באקאנט צו יעדער.


איז אבער געווען אז מאנכע קנאים אין ארץ ישראל איז איינגעפאלן צו עפענען א ארגענעזאציע וואס זאל זיך באפאסן מיט פרובירן "חנדלען" די צעהיצטע אראבער און ערקלערן אז ווען זיי פירן דורך טעראר אטאקעס זאלן זיי אינאכט נעמען אז עס זענען פאראן א גרופע מענטשן וואס זענען אפגעשיידט אדער אנערקענען נישט די "סטעיט אוו איזראעל".


די נטורי קרתא וואס די אפטייטש דערפון איז די "באהיטער פון די שטאט" איז געגרינדעט געווארן אונטער די איינפלוס פון די גרויסע קנאי הרב ר' עמרם בלוי ז"ל און איז נישט געווארן אויפגעכאפט אפילו ביי די קנאי'שע קרייזן.


אבער נישט דאס איז וואס עס שטערט מענטשן כאטש עס איז נישט אנגענעם צו זען אידן מיט בארד און פאות, גיין און שטיין אינאיינעם מיט אראבער.


נטורי קרתא איז גענומען געווארן דורך מענטשן און עס געטראגן צו אן עקסטרעם.


איך וועל אויסלאזן אלע רוחניות און דרשות, און אפילו דאס וואס די סאטמאר רב האט געזאגט אויף דעם גרופע וועלמיר איגנארירן.


פארגאנגענעם "מחאה אדירה" וואס אידן האבן דורכגעפירט אין מאנהעטן אין די גאסן פון מאנהעטן, איז אין איינע פון די גאסן געשטאנען אונטער די וואך פון די פאליציי א גרופע פון די נ"ק און האבן מוחה געווען אויף די מחאה; ד.ה. אגודת ישראל, די ליטווישע קרייזן, און אפילו די סאטמארע עולם האט זיך פאראייניגט צו איין מבצע פון פרובירן ווייזן פאר די וועלט אז מען איז נישט צעפרידן פון דאס וואס גייט פאר אין ישראל.

שטייען דארט זעלבסטפארלוירענע פערזאנען מיט אומפאסיגע שילדן, און שעלטן דעם בני ברק'ן ראש ישיבה, די אידן דערטראנקען אין עצבות מיט פארבאנדאדזשירטע גלעזער האבן שוין מיט דעם נטורי קרתא לבוש אינטערגענימען פרישע מיסיעס. פון פארבעסערן אינערן פראבלעמען ביים יהדות און טון ווילדע זאכן וואס לא שערום אבותינו.


און דאס איז די דיפערענץ פון די היגע "רעפארמירטע" גרופע ווייט אפגערוקט פון די שיטה (אדער שטיה)... וואס האט אפציעל באדייטעט נטורי קרתא.


די מאנסי-מאנרוי נטורי קרתא גרופע איז א פראקציע פון נטורי קרתא אבער האבן גענומען גאר א עקסטרעם נארישע דרך און אזוי פארלוירן יעדעס ביסל שטיצע ביים פאלק.



אין אנדערע ווערטער איז נטורי קרתא א איינפאל פון פרובירן בארוהיגן אראבער, געווארן א גרופע צו מוחה זיין און פארטונקלען מענטש'נס לעבנס מיט זייער קרומע דעות.



די סעקטע פון מאנסי האט שוין ווילד פיגורירט אין די נייעס אין די היסטאריע; ארויסנעמענדיג מענטשן פון די גלייזן, כלים, און פון ווי נישט.


די פירער פון די איבערגעמאכטע גרופע, וואס פאררופן זיך נאכאלץ אונטער דעם נאמען כאטש וואס "שורש העצבות" וואלט געווען מער א פאסיגערע נאמען צו זיי; הייסט ר' מב"ב א איידעלע מענטש וואס טשעפעט נישט קיין פליג נאר לעבט איינזאם און באשיידן מיט זיין הייפל אנהענגער אין מאנסי ומצודתו פרוסה צו א מנין צוויי און וומסב"ג, מאנרוי, ענגלאנד, און קאנאדע.



ער איז א תמימות'דיג איינגערעדטער מענטש וועלכע זעט אין יעדן בלעטל א ציוני; און אין יעדן בוים א מדינה, און זיין געזיכט איז פארפיינטעט ביי די ציונים, ווי קנאים צוגלייך אזש מען וואלט געקענט עפענען א דריטע ארגענעזאציע צו פארשפרייטן אז נטורי קרתא רעדט נישט אין נאמען פון קיינעם, נאר בלאזן זייער אגענדע מיט קוים שטיצער.


די גאנצע גרופע הוילע קעפ, וועלכע האבן פארלוירן די שכל ביים געבורט ווערט געפירט אינטער זיין אימאם סטיל איינפלוס.

די הויפטקווארטיר איז אין מאנסי; ווי מען פראוועט אין א שמוץ-פארפולטע בעיסמענדל, מיט א טיש אויף מילך קעסטלעך פארמאגנדיג דארט ערגעץ ווי א אור אלטע "טייפרייטער" אויף וואס מען האקט פאשקעווילן מיט א דראנג.



דארט זיצט מען אין מען קרעכצט אויף "לעבן" און פון דארט גייען ארויס די מערסט קוריאזסטע באשלוסן, סתם געדאנקען וועלן ווערן אוועקגעמאכט און נאר ראדיקאלע פלענער ווערן גענומען אין באטראכט.

די סעקטע האט א באזינדערע מעלה פון נישט טראסטן "קיינעם", אלעס איז היימיש, נישטא קיין התאחדות, וואלאווע אדער או. יו. אלעס איז טריפה, מעיד אין איזראעל, און אנגעשטעקט מיט דעות כוזבות.

זיי וועלן אליין זייען, אקערן, דרעשן, און קלויבן אין גארטן צוויבל און קנאבל.

נישטא קיין שום רבנישע פארקערפערשאפטן, נישטא קיין ערליכע אידן, נישטא קיין "וידגו לרוב בקרב הארץ", נישטא קיין "אחרון אחרון חביב" יעדער איז אפגעפרעגט, זיי קענען קוים ווארטן אז משיח זאל ערשיינען מיטן אייזל, עס וועלן געוויס יעדער בלייבן דא און נאר עטליכע מרה שחורה'דיגע אידישע-אראבער וועלן אים אויפנעמען אין שפיץ פון רב בעק מיט אנטי ציונים שילדן און "יהודי לא ציוני-יארמולקעס", פארשטענדליך אז אויב משיח וועט ווילן אויפנעמען אנדערע קרייזן וועט ער תיכף פארשריגן ווערן "התחברות לרשעים"...


די פראבלעם הייבט זיך אבער אן ווען זיי מכלומרשט -אין נאמען פון אידן- (זיי פארקויפן פאר רעפארטערס אז כלל ישראל שטייט אינטער זייער דעמאגאגיע) פארקויפן זייער לאקשן ווען נישט נאר זענען מיר נישט מיט זיי אויף איין בלאט, כלל ישראל איז דערקעגן! זיי זענען אויסגעשפיגן ביים מאיאריטעט מענטשן וואס זאגן שמע ישראל יעדן טאג עטליכע מאל.

און איין מינוט וועלכע כלל ישראל פארטרעטן זיי, אין וועלכע טיפע אילוזיעס לעבן זיי?... ווער איז אינטערסירט אז זיי זאלן זיין די פארטרעטערס.

א רגע ווי פארטרעטן זיי?

מיט עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען א קאנפרענץ אין איראן ווי "אכמעדינדזשאד" די פריערדיגע פרעזידענט אין איראן האט גערעדט בנוגע די האלאקאסט, אופסס! ניין... בנוגע לייקענען דעם האלאקאוסט.


א שיירה פון בנעשעקלעך מיט שווארצע זאקן האבן געמאכט דעם וועג קיין איראן אין שפיץ פון דעם גייסטישן אימאם, און מען האט דארט אויפגעטראטן מיט רעדע'ס.


די אווענט איז א שוידערליכע פארברעך, אוישוויץ וואלט געשריגן ווען זי קען ווען שרייען, די "אריינגעקריצטע נומערן" ביי די שואה איבערלעבער וואלטן געקומען צו פליען אהין זיי ארויסצושלעפן פון דארט די וועלט טוט וויי אז עס קימט פאר אזא פארברענג אויף די בלוט פון קרבנות, קומען א גרופע אידן און באטייליגן זיך אלץ געסט ביי דעם קאנפערענץ.


עס איז א חילול השם, א פארשוועכונג אין די זעקס מיליאן קדושים, א ווייטאג וואס זיפעצט, א אקט וואס ברענגט דעם גוי צו ברויזן ווארום איראן איז א פארפיינטעטע לאנד און אין איר האדעווען זיך נוקלעארע איינריכטונגען, נאכדערצו אין יענע יאר -עטליכע יאר נאך די "ניין-עלעווען" אטאקעס, מיט די קאדענץ פון אכמעדינדזשאד וואס האט ארויסגענומען יעדעם פון די גלייזן.


ניטאמאל א פליגער האבן זיי געהאט קיין איראן, אמעריקא האט נישט קיין דירעקטע פליגער'ס אהין און די נטורי קרתא האבן געזאלט מאכן געוואגטע סטאפס אין עגיפטן און אין אנדערע לענדער.

א צייט שפעטער איז די וועלט געווארן אויפגעטרייסלט ווען עס זענען ארומגעפארן בילדער ווי דער אימאם פון נטורי קרתא קישט די איראנער פרעזידענט, זייער מרא דאתרא, אים קישנדיג מיט אמת'ע ליבשאפט, ריין אהבה האט געפלאסן הין און צוריק, זיך האלזנדיג און קישנדיג מיט ישמעאל וואס צו זייער באליבטע פריינטשאפט איז נישט דא קיין גרעניץ, טרערן פון התרגשות האבן זיך אנגעזען אויף די געזיכטער.

טויזענטער מיילן אוועק זענען געשטאנען די פאמיליעס פון די העלדן און מיט אנגסט ארויסגעקוקט אז זייערע מיטגלידער זאלן בלייבן לעבן זיך רישנדיג אויפן ערגסטן.

עטליכע יאר נאך זייער "מסע המלכות" לעיר הקודש איראן "צום אלטן היים" איז די וועלט פריש געווארן אויפגעשאקלט.


יאסיר אראפאט האט געפייגערט, ער איז געווען א פירער אין א רעבעלן גרופע, ידים ידי עשיו, א מערדער, א ווילדע פערזאן מיט פעאיגקייטן אין שיסן. פששש...ברוך דיין האמת האבן די נטורי קרתא צוזאמגעקלאפט די הענט, אבער מזל האבן זיי געהאט זיי זענען פונקט געווען אין יענעם לאנד, -אויב איך געדענק גוט, פאריז- און זיי זענען געקומען קלאגן אויפן אבידה, מצות הלוית המת.. אראפלייגנדיג א קראנץ בלומען אויפן מיטה.


די אלוועלטליכע פרעסע האט געדעקט די נייעס, ווי א אידישע גרופע "ראבייס" אין נאמען פון כלל ישראל געבן אפ "כבוד האחרון" פאר דעם טעראר מייסטער און זיינע בלוט פארשמירטע פלייש.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר