שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

שליחה דורך קלינג »

שלום עליכם. דאס איז מיין ערשטע תגובה אויף קאווע שטיבל, אבער באמת האב איך עס שוין אפגעשריבן א שטיק צייט צוריק. אימת הציבור האט מיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן, אבער כ'האב עס ענדליך דורכגעבראכן...

איך באצי זיך צו דעם תגובה וואס איז זייער גוט געשריבן מיט זייער אסאך גוטע נקודות, אבער במחילת כבודו פון הרב "בר כוכבא" מיין איך אז ער האט אביסל פאלש אפגעלערנט דעם פראבלעם.

איך האב דעמאלט אפגעשריבן דעם מאמר פאר זיך אליין, ווייל דער ארטיקל פון בר כוכבא האט מיר זייער געכאפט און איך האב שוין א שטיק צייט זיך ארומגעדרייט מיט אזעלכע מחשבות.

אבער לאמיר צוקומען צום ענין. "בר כוכבא" לייגט אן אונזער פראבלעמאטישן סדר החיים אויף דעם וואס אונזער גאנצער לעבן איז אוועקגעשטעלט אויף א יסוד פון לכתחילה בדיעבד. ס'איז אבער נישט אינגאנצן אזוי. מיר זענען מסתמא נישט די איינציגע וואס פירן לכתילה א לעבן בדיעבד. עס זענען זיכער פאראן א סך מענטשן אינדרויסן פון אונזער מחנה וועמענס לעבן לויפט אויך אויף די זעלבע בדיעבד שינעס. ביי אונז אליין זענען פאראן גענוג און נאך יונגעלייט וואס זענען מסודר מיט דעם לעבנסשטייגער און קוקן עס אן און באטראכטן זייער לעבן ווי א לכתחילה, צי ווייל ביי זיי איז די שפיל געלונגען, אדער ווייל זיי תמימים וואס לאזן זיך פירן פונעם גורל.

די צרה ביי אונז ליגט אבער אין דעם שקר, די שקרים, אויף וואס רוב אספעקטן פון אונזער סדר החיים איז אוועקגעשטעלט. ס'איז נישט קיין חסרון זיך צו מוטשען אויסצוקומען מיטן לעבן, ווען די סיבה פארן נויט איז א געוויסער אידעאל. ביי אונז לעבט מכלומרשט מיט דעם מהלך אז דער עיקר איז צו לעבן גוט און וואויל ווי איד, און דער עיקר איז יענע וועלט. מיט דעם גאנג מאכט מען אוועק רוב מאטעריאליסטישע פראבלעמען.

דאס איז אבער א שקר. כמעט קיינער לעבט נישט מיט דעם רעיון. רוב רובם פון אונז, אפילו די גוטע, ווילן האבן לייטישע דירות, באקוועמע קארס, וואקאציעס, און פראוון בעל בתי'שע שמחות. די משנה באצייכנט טאקע אונזער וועלט ווי א פאר-צימער צו יענער וועלט, אבער יעדער פון אונז שטרעבט צו האבן א זייער באקוועמען פרוזדור, אויסגעשטאט מיט יעדן לוקסוס פונעם טרקלין.

ס'איז נישט וויכטיג צי ס'דארף אזוי זיין, צי נישט. וויכטיג איז נאר אז אזוי איז דאס מציאות. עשירות און באקוועמליכקייטן זענען אנגעלייגטע געסט אין די שענסטע, פרומסטע שטיבער און אויך ביי רבי'נס טיש פארנעמען די נגידים א חשוב'ן פלאץ. וואס דרייסטו א קאפ מיט "דער עיקר איז דאך צו האבן א דאך איבערן קאפ און קענען מגדל זיין די קינדער על דרך הסלילה"? קיינער – קיינער! אין גם אחד – לעבט נישט אזוי. נישטא קיין איין איינציגער חרדי'שער איד וואס איז אויף דעם ארויף מסכים אפילו צו וואוינען אינדרויסן פון געגנט, אין א דירה וואס דער "לעיאוט" איז אנדערש ווי אנגענומען, אדער אפילו נאר דאס אז די ווענט זענען געפארבט מיט א גרינעם קאליר.

דעם שרעקליכן, דורכאויסיגן עם הארצות מיט וואס די נייע דורות וואקסן אויף וואלט מען געקענט פארענטפערן ווען יעדער פון אונז וואלט געלעבט אויסשליסליך מיט און פאר לימוד התורה אויפן נוסח פון "פת במלח תאכל". דעמאלט קען מען נאך פארענטפערן די שרעקליכע אפוועזנהייט פון יסודות'דיגע לימודים און לעבנס פראקטיק פון אונזערע בתי חינוך. במציאות גייט כמעט יעדער ארויס אויף דער וועלט. מיט געציילטע אויסנאמען גייט יעדער ארבעטן און פלאנען נישט צו בלייבן זיצן בין כותלי הביהמ"ד.

דער סיסטעם לויפט ווי גלייך מ'איז דא מחנך רבנים און פרושים, ווען למעשה האדעווען זיך אין די בתי חינוך דורכשניטליכע אידן, בעלי בתים, וואס וועלן זיין אין דער וועלט און דארפן קענען כאטש די עלעמענטארע יסודות פון לעבן און עקזיסטירן. מ'רעדט דאך נישט פון ווער ווייסט וואספארא הויכע מדריגה פון לימודים – די פשוט'סטע יסודות פון מענטש און וועלט דערציילט מען זיי דאך נישט. די עלטערן געטרויט מען נישט מיטן חינוך פון די קינדער, אבער די מוסדות שטעלן במקומם צו גארנישט מער ווי א ריזיגן בלויז.

פארוואס ווייסן נישט אונזערע קינדער וואס דאס מיינט זיין א פשוט'ער נארמאלער מענטש? פארוואס קענען זיי נישט די יסודות שביסודות פון מידות, נארמאלקייט, מענטשליכקייט? פארוואס קענען זיי נישט זיך אליין? פארוואס לערנט מען זיי נישט צו פארשטיין די אייגענע געפילן? פארוואס לעבט יעדער צווייטער מענטש אין קלעם, מיט א פארשלאסן הארץ, און פירט זיך טעכניש און פארמאל אפילו ווען צווישן די אייגענע, צווישן ווייב און קינדער, צווישן עלטערן און געשוויסטער און גוטע פריינט?

פארוואס קענען זיי נישט קיין מילה אחת ענגליש, רעכענען, און די יסודות פון לעבן מיט א חשבון? פארוואס ווייסן נישט פון רעכטס ביז לינקס און קומען אריין אינעם לעבן מיט צוויי לינקע פיס? פארוואס ווייסן זיי נישט וועגן די געזעצן וואס וועלן זיי אלע – יעדן איינציגן פון זיי – זיין נוגע א טאג נאך די שבע ברכות?

פארוואס, מרא דעלמא, ווייסן זיי גארנישט פון אידישקייט צו זאגן? פארוואס קענען זיי נישט כאטש די יסודות פון זייער דת און מסורה, די זעלבע צוליב וועמען מיר זענען מכלומרשט מקריב דעם גאנצן איבעריגן לעבן? וויפיל פון אונזערע בחורים און יונגעלייט קענען לייטיש כאטש איין מסכת? גמרא לערנט מען דאך יא, ניין? ניינציג פראצענט פון די קינדערישע און בחורישע יארן גייט אוועק אויף שיעור עיון, שיעור פשוט און סוגיא. פארוואס קענען זיי כאטש דאס נישט?

דאס זעלבע מיט די שידוכים, וואס לויפט אויף דעם מהלך וואס עס לויפט ווייל (ריקט ארויס דעם אגודל און פאכעט דערמיט כנהוג) די גאאאאנצע סיבה פארוואס מ'האט חתונה איז דאך נאר אויפצושטעלן אידישע דורות, יא? און מיט אידישע דורות מיינט דאך דער רבי דורות וואס זאלן זיך פירן לויט אונזער מסורה על הדרך הסלולה לנו פון אדם הראשון. דארף מען דאך נישט מער ווי זיכער מאכן אז די צוויי, בחור און מיידל, היטן די זעלבע מסורה. אויב די משפחות שטימען, איז עס א פאסיגער שידוך און מזל טוב.

ווייסט דאך אבער יעדער אז דאס איז סתם דאמירן בעלמא. קיינער, קיין שום בחור און מיידל, האט נישט חתונה מיט דעם ציל. יא, ס'איז אמת אז מיר שטרעבן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות, אבער נישט דאס איז דער ציל און נישט צוליב דעם האט מען חתונה. נישט דער בחור האט דאס פאר די אויגן, נישט דאס מיידל, און אפילו נישט די עלטערן.

איך גיי נישט יעצט אריין צי דער שידוכים סיסטעם איז גוט אדער שלעכט, צי ס'איז איז אזוי גוט אז אלע גוים זענען אונז מקנא דערויף אדער ס'איז ממש נגד הטבע וויאזוי מען שטעלט ביי אונז אויף שטיבער. ס'איז נישט די נקודה. די נקודה איז נאר אז דער יסוד וואס בארעכטיגט דעם הינקעדיגן מהלך איז דורכאויס שקר און עקזיסטירט בלויז אין די ווינטשערייען ביים שידוך שליסן און שפעטער ביי די חתונה.

יעדער וויל א גוט לעבן. דער בחור האט חתונה ווייל ער איז שוין אויסגעוואקסן די ימי הבחרות און איז גרייט צו גיין ווייטער מיטן פראגראם. די עלטערן דארפן אויך טאן דאס זייעריגע. אלעס פיין און וואויל. די צוויי דארפן דאך בלייבן אינאיינעם לאורך ימים ושנים טובים. פארוואס ווערן אזויפיל קריטיש וויכטיגע פרטים אוועקגעמאכט און אויסגע'בטל'ט? די קינדער וועלן זיך פריער צי שפעטער אויסטשוכן און באמת דארפן פירן א לעבן אינאיינעם. פארוואס לייגן מיר נישט אריין אין דעם עתיד און גליק פון אונזערע קינדער כאטש אזויפיל קאפ און מח ווי מיר לייגן אריין זיכער צו מאכן אז דער שידוך זאל שטימען "פאר די גאס"?

מיר האבן גרייטע תירוצים אויף די אלע הימל שרייענדע קשיות. די תירוצים זענען גאר גוט, אבער ליידן פון איין חסרון: זיי זענען שקר. זיי האבן נאך א חסרון אז יעדער ווייסט אז זיי זענען שקר. אבער מיר זענען ממשיך צו לעבן אויפן סמך פון די שאבלאנע אויסגעדראשענע פזמונות פון "יענע וועלט", "פרוזדור", "המשכת הדורות", הגם דאס מציאות איז אזוי ווייט פון דעם ווי אונזער סדר החיים איז פון מציאות.

דאס איז דער חורבן. מיר פארקויפן זיך אליין ליגנט, וואס מיר ווייסן איז ליגנט, אבער פירן דאס גאנצע לעבן כאילו לא היה.

און ניין, איך האב נישט קיין לעזונג. כ'גלייב נישט אז ס'איז פאראן א לעזונג, אויסער א גאולת עולם פון דעם שרעקליכן גלות הדעת אין וואס מיר זינקען שוין די לעצטע זיבעציג יאר.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר