זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15240 מאל

זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

שליחה דורך אדנירם »

[center]הבהרה:[/center] נעכטן האב איך געכאפט א שמועס מיט אפאר אידן, געמאכט פון 'קאווע שטיבל' ווארע [אפשר זענען זיי טאקע ניקס אין ק"ש? לויט זייער אויסזען - זיכער נישט. אבער מיר ווייסן שוין אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן...], און מ'האט געשמועסט איבער'ן נושא פון זוגות והמסתעף, וואס די גמרא זאגט דערויף אז מאן דקפיד קפדי בהדיה ומאן דלא קפיד לא קפדי בהדיה. וויבאלד כ'האב געזען אז ס'איז גאנץ אן אינטרעסאנטע נושא, מיט חידושים גדולים, האב איך מחליט געווען לזכות את הרבים, און ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין, אדרבה ואדרבה, כ'האב נישט געשריבן קיין בירור יסודי ומעמיק - כפי שאני נוהג בשאר מקומות, נאר אפאר ידיעות שונות ומשונות. וזה החלי:



[center]א.[/center]
[center]ווען זאגט מען 'כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה'?![/center]
די גמרא אין מסכת פסחים (דף ק"ט ע"ב), ברענגט אראפ די נושא פון 'זוגות', דהיינו אז ווען א מענטש עסט אדער טרינקט עפעס וואס איז 'זוגות' [מספרים שווים: 2,4,6 וכדומה], לייגט ער זיך אריין אין א סכנה אז די שדים וועלן אים מזיק זיין. עפעס א סארט קפידא האבן זיי איבער זוגות. די גמרא רעדט ארום באריכות איבערן נושא, און וויאזוי מיר קענען טרינקען ליל הסדר די פיר כוסות וואס זענען זוגות, עיי"ש. דער גמרא פירט אויס (דף ק"י ע"ב): 'כללא דמילתא, כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה, ומיהו למיחש מיבעי', עכ"ל.

די מציאות אז 'כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה', שטייט אין גמרא טאקע לענין די 'זוגות', אבער אין ספרי הראשונים ואחרונים ווערט דאס צוגעברענגט אויף אנדערע ענינים אויך. דהיינו, ביי אנדערע זאכן וואס אפילו חז"ל האבן גערעדט דערוועגן אז מ'דארף חושש זיין דערצו וכדומה, זאגט מען ביי זיי אז דאס איז נאר אויב מ'איז זעלבסט מקפיד דערויף.


אפאר דוגמאות:

רבינו יהודה החסיד ברענגט אראפ אין ספר חסידים, סי' תנ"ט, וז"ל: כל הניחושים כנגד המקפידים, וכתיב (יחזקאל ז, כה)"קְפָדָה בָא וּבִקְשׁוּ שָׁלוֹם וָאָיִן", מכאן כל דקפיד קפדו בהדיה, ומתוך שאין אדם יכול להזהר בהקפדות נכשל, עכ"ל. הייסט עס, אז ער איז כולל אין זיך אלע סארט 'קפעידעס' וואס מענטשן האבן, וואס דאס אליינס איז גורם אז 'קפדי בהדיה', אבער ווען נישט - נישט. און די נידון איז נישט נאר ביי זוגות.

דער ר"ן אין מסכת נדרים דף ל"ב ע"א, שרייבט דאס אויך קלאר אויף סתם קפידות: כל המנחש לו נחש - שהנחשים והקסמים רודפין אחריו, שנזוק בכל דבר, וכדאמרינן בפרק ערבי פסחים (פסחים ק"י ע"ב) מאן דקפיד קפדין ליה, שנאמר: כי לא נחש וגו', עכ"ל.

אבער אויב אין זייערע ווערטער וואלט מען נאך געקענט אריינקוועטשן פשט, אז זיי מיינען צו זאגן אז ער איז עוסק אין ניחושים וכדומה, און דאס איז כעין א 'שטראף' צו וואס, אז דעמאלס איז 'קפדי בהדיה'. האב איך נאך אפאר מפרשים וואס רעדן להדיא פון הלכות [קפידות] וואס חז"ל זעלבסט זענען חושש דערצו!


עס איז באקאנט די הלכה, אז ווען מ'געזעגנט זיך פון א חבר, זאל מען אים נישט זאגן 'לך בשלום' נאר 'לך לשלום', און אזוי פסק'נט דער רי"ף אין מועד קטן: הנפטר מחברו, אל יאמר לו לך בשלום אלא לך לשלום, שהרי יתרו שאמר למשה לך לשלום - הלך והצליח, אבשלום שאמר לו דוד לך בשלום - הלך ונתלה, עכ"ל. זאגט אבער דארט אויפן פלאץ דער נמוקי יוסף: "לך בשלום, דמשמע ההליכה תהיה בשלום אבל לא יצא שלום. ויש בני אדם שמנחשין ומשימין דבר בלבם וכנגדן דברו חכמים, אבל למי שאינו מקפיד אין הדבר מזיק כלום", עכ"ל. דברים נפלאים ממש, היפוך פשטות כוונת הגמרא!

ענליך דריקט זיך דער חת"ס אויס אין זיינע תשובות [חלק אהע"ז סי' קט"ז], לגבי די קפידא אז א בחור זאל נישט האבן די זעלבע נאמען ווי זיין שווער, אז אויף אזא זאך זאגט זיך 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה', ועיעו"ש. [אגב, דער חת"ס אליינס האט געהאט אן איידעם מיטן נאמען משה. אבער אפשר איז דארטן אנדערש ווייל ער האט געהאט אויך א צווייטע נאמען 'טוביה'].

און צום לעצט, שרייבט דער גאון רבי משה פיינשטיין אין שו"ת אגרות משה, אהע"ז ח"ג סי' כ"ו, בד"ה בענין עין, וז"ל: בענין עין הרע ודאי יש לחוש, אבל אין להקפיד הרבה כי בדברים כאלו הכלל מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה, כהא דמצינו בזוגות בפסחים דף ק"י. עכ"ל. ער איז גראדע יא מסייג זיינע ווערטער, עיישב"ד, אבער סוכ"ס קומט ארויס א קלארע בילד, אז אפילו אין ענינים וואס חז"ל האבן מקפיד געווען, זאגט מען נאכאלס 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה'.

האט מיר איינער געפרעגט, וואס איז טאקע פשט אינעם אג"מ? פון גמרא זעט זיך אויס אז 'עין הרע' איז יא אן ערנסטער זאך, און לא מצינו אז די ראשונים זאלן זאגן אז ס'איז נכלל אינעם 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה'. איז אזוי, קודם כל דער אג"מ אליינס זאגט דאס נישט סתם אזוי, עייבד"ה. אבער דער עיקר נקודה איז, אז מ'זעט שוין סאך שארפער'ס אין ראשונים, וכדלהלן.

דער אשכול פארמאגט 124 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר