זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

מחשבה, השקפה ועיון

זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:01 am

הבהרה:
נעכטן האב איך געכאפט א שמועס מיט אפאר אידן, געמאכט פון 'קאווע שטיבל' ווארע [אפשר זענען זיי טאקע ניקס אין ק"ש? לויט זייער אויסזען - זיכער נישט. אבער מיר ווייסן שוין אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן...], און מ'האט געשמועסט איבער'ן נושא פון זוגות והמסתעף, וואס די גמרא זאגט דערויף אז מאן דקפיד קפדי בהדיה ומאן דלא קפיד לא קפדי בהדיה. וויבאלד כ'האב געזען אז ס'איז גאנץ אן אינטרעסאנטע נושא, מיט חידושים גדולים, האב איך מחליט געווען לזכות את הרבים, און ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין, אדרבה ואדרבה, כ'האב נישט געשריבן קיין בירור יסודי ומעמיק - כפי שאני נוהג בשאר מקומות, נאר אפאר ידיעות שונות ומשונות. וזה החלי:



א.

ווען זאגט מען 'כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה'?!

די גמרא אין מסכת פסחים (דף ק"ט ע"ב), ברענגט אראפ די נושא פון 'זוגות', דהיינו אז ווען א מענטש עסט אדער טרינקט עפעס וואס איז 'זוגות' [מספרים שווים: 2,4,6 וכדומה], לייגט ער זיך אריין אין א סכנה אז די שדים וועלן אים מזיק זיין. עפעס א סארט קפידא האבן זיי איבער זוגות. די גמרא רעדט ארום באריכות איבערן נושא, און וויאזוי מיר קענען טרינקען ליל הסדר די פיר כוסות וואס זענען זוגות, עיי"ש. דער גמרא פירט אויס (דף ק"י ע"ב): 'כללא דמילתא, כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה, ומיהו למיחש מיבעי', עכ"ל.

די מציאות אז 'כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה', שטייט אין גמרא טאקע לענין די 'זוגות', אבער אין ספרי הראשונים ואחרונים ווערט דאס צוגעברענגט אויף אנדערע ענינים אויך. דהיינו, ביי אנדערע זאכן וואס אפילו חז"ל האבן גערעדט דערוועגן אז מ'דארף חושש זיין דערצו וכדומה, זאגט מען ביי זיי אז דאס איז נאר אויב מ'איז זעלבסט מקפיד דערויף.


אפאר דוגמאות:

רבינו יהודה החסיד ברענגט אראפ אין ספר חסידים, סי' תנ"ט, וז"ל: כל הניחושים כנגד המקפידים, וכתיב (יחזקאל ז, כה)"קְפָדָה בָא וּבִקְשׁוּ שָׁלוֹם וָאָיִן", מכאן כל דקפיד קפדו בהדיה, ומתוך שאין אדם יכול להזהר בהקפדות נכשל, עכ"ל. הייסט עס, אז ער איז כולל אין זיך אלע סארט 'קפעידעס' וואס מענטשן האבן, וואס דאס אליינס איז גורם אז 'קפדי בהדיה', אבער ווען נישט - נישט. און די נידון איז נישט נאר ביי זוגות.

דער ר"ן אין מסכת נדרים דף ל"ב ע"א, שרייבט דאס אויך קלאר אויף סתם קפידות: כל המנחש לו נחש - שהנחשים והקסמים רודפין אחריו, שנזוק בכל דבר, וכדאמרינן בפרק ערבי פסחים (פסחים ק"י ע"ב) מאן דקפיד קפדין ליה, שנאמר: כי לא נחש וגו', עכ"ל.

אבער אויב אין זייערע ווערטער וואלט מען נאך געקענט אריינקוועטשן פשט, אז זיי מיינען צו זאגן אז ער איז עוסק אין ניחושים וכדומה, און דאס איז כעין א 'שטראף' צו וואס, אז דעמאלס איז 'קפדי בהדיה'. האב איך נאך אפאר מפרשים וואס רעדן להדיא פון הלכות [קפידות] וואס חז"ל זעלבסט זענען חושש דערצו!


עס איז באקאנט די הלכה, אז ווען מ'געזעגנט זיך פון א חבר, זאל מען אים נישט זאגן 'לך בשלום' נאר 'לך לשלום', און אזוי פסק'נט דער רי"ף אין מועד קטן: הנפטר מחברו, אל יאמר לו לך בשלום אלא לך לשלום, שהרי יתרו שאמר למשה לך לשלום - הלך והצליח, אבשלום שאמר לו דוד לך בשלום - הלך ונתלה, עכ"ל. זאגט אבער דארט אויפן פלאץ דער נמוקי יוסף: "לך בשלום, דמשמע ההליכה תהיה בשלום אבל לא יצא שלום. ויש בני אדם שמנחשין ומשימין דבר בלבם וכנגדן דברו חכמים, אבל למי שאינו מקפיד אין הדבר מזיק כלום", עכ"ל. דברים נפלאים ממש, היפוך פשטות כוונת הגמרא!

ענליך דריקט זיך דער חת"ס אויס אין זיינע תשובות [חלק אהע"ז סי' קט"ז], לגבי די קפידא אז א בחור זאל נישט האבן די זעלבע נאמען ווי זיין שווער, אז אויף אזא זאך זאגט זיך 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה', ועיעו"ש. [אגב, דער חת"ס אליינס האט געהאט אן איידעם מיטן נאמען משה. אבער אפשר איז דארטן אנדערש ווייל ער האט געהאט אויך א צווייטע נאמען 'טוביה'].

און צום לעצט, שרייבט דער גאון רבי משה פיינשטיין אין שו"ת אגרות משה, אהע"ז ח"ג סי' כ"ו, בד"ה בענין עין, וז"ל: בענין עין הרע ודאי יש לחוש, אבל אין להקפיד הרבה כי בדברים כאלו הכלל מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה, כהא דמצינו בזוגות בפסחים דף ק"י. עכ"ל. ער איז גראדע יא מסייג זיינע ווערטער, עיישב"ד, אבער סוכ"ס קומט ארויס א קלארע בילד, אז אפילו אין ענינים וואס חז"ל האבן מקפיד געווען, זאגט מען נאכאלס 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה'.

האט מיר איינער געפרעגט, וואס איז טאקע פשט אינעם אג"מ? פון גמרא זעט זיך אויס אז 'עין הרע' איז יא אן ערנסטער זאך, און לא מצינו אז די ראשונים זאלן זאגן אז ס'איז נכלל אינעם 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה'. איז אזוי, קודם כל דער אג"מ אליינס זאגט דאס נישט סתם אזוי, עייבד"ה. אבער דער עיקר נקודה איז, אז מ'זעט שוין סאך שארפער'ס אין ראשונים, וכדלהלן.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:01 am

ב.

דארף מען חושש זיין פון אן 'אשה קטלנית'?!

דאס אלעס איז נאר א ווערטער שפיל, אנטקעגן דעם שאק פון אן אפענעם רמב"ם, וואס נעמט אזוי אן אפילו ביי אזא הלכה פסוקה וחמורה ווי אן אשה 'קטלנית' [עי' יבמות דף ס"ד ע"ב]. כידוע איז די הלכה, ווי גע'פסק'נט אין שו"ע אהע"ז סי' ט', אז א פרוי וואס איר מאן איז געשטארבן, זי האט חתונה געהאט צום צווייטן מאל און אויך ער איז געשטארבן, הייסט די פרוי אן אשה קטלנית, און מ'זאגט אז דער וואס האט חתונה מיט איר איז עלול צו שטארבן, און זי טאר מער נישט חתונה האבן א דריטע מאל [אויסער געוויסע אויסנאמען, לדוגמא מגיפה בעיר, האלעקאוסט, וכדומה. דעמאלס טוט זיך שוין אין די פוסקים].

לכאורה, אלס דער כלל פון 'חמירא סכנתא מאיסורא' [מקורו בגמרא חולין דף י' ע"א], וואלט מען נישט געטארט וואוינען מיט אזא פרוי, אפילו אויב ער האט איר מקדש געווען מרצונה. און אזוי פסק'נט טאקע דער רא"ש אין מסכת כתובות פ"ד סי' ג', און דערנאך אין טושו"ע אהע"ז סי' ט'. דאס איז פארשטייט זיך דער אנגענומענער קו עד היום הזה.

אבער דער רמב"ם פסק'נט אין הל' איסו"ב פכ"א הל"א, אז זיי דארפן זיך נישט אפ'גט'ן. אויב דאס איז נישט גענוג, ברענגט דער כס"מ דארט אויפן פלאץ, א תשובת הרמב"ם, וואו ער שרייבט שארפער, וז"ל: קטלנית אין בו איסור, אבל הוא מרוחק על צד הניחוש והפחד והתימהון, שיש ברוב השעות שינזקו בהם הגופות החלשים, ואין חילוק בין זה לאוכל מכישא דאסר גננא. ואף על פי שיש חכמים שסוברים שלא תנשא, אומרים לה אם תמצאי מי שיקדש אותך לא נחייבנו לגרש, והיו מערימין ומקדשים בפני שני עדים ואחר כך כותבין לה בית דין כתובה, דמכניסין אותה לחופה, ומברכין שבע ברכות הואיל ונתקדשו. כן היו עושים ב"ד של רבינו יצחק בעל ההלכות וב"ד של רבינו יוסף הלוי תלמידו וכל הבאים אחריהם, וכן עשינו אנחנו במצרים להתיר, עכ"ל. הייסט אז ער הייבט אן מיט די טענות אז דאס האט מיט 'ניחוש' וכו'.


אבער אממערסטנס ווייזט זיך ארויס זיין שארפקייט אין א תשובה [מהדורת בלאו, סי' רי"ח], וואו ער שרייבט בזה"ל: תמה אני תמיהה גדולה על תלמידי חכמים יקרים עסוקים בתורה תמיד, שיסתפקו עליהם מדרגות האיסורים עד זאת המידה ולא יבדילו בין האסור מן התורה למה שהוא אסור מדבריהם ולמה שהוא מגונה בלבד ואין איסור בו. והיותר תימה בשאלה הוא השוואתכם ספק נפשות הבא בידים, שדוחה מילה, לספק נפשות, שחוששים לו על דרך הניחוש והכישוף והדמיונות והדימויים, אשר במקצת הזמנים יקבלו פעולתם הגופות חלושי הבנין. הלכה למעשה אצלנו בכל ארצות אנדלוס תמיד, (שאם) ימות לאשה בעל אחר בעל, מספר בעלים, היא לא תימנע מלהינשא, בייחוד כשהיא בשנות הבחרות, עכ"ל הזהב, ועיעושב"ד.

אויב דאס אלס איז נאכנישט גענוג אויפטרייסלנד, קומט דער חת"ס אין זיינע תשובות, חלק אהע"ז סי' כ"ג, און שרייבט בתו"ד מיט א פשטות: ובתשובה ביאר הרמב"ם, שאינו אלא למאן דקפיד קפדינן בהדיה, עכ"ל. ווען א היינטיגער וואלט זיך דערוואגט צו זאגן אזא חידוש אויף אזא הלכה מפורשת בש"ס, וואלט מען אים באלד אויסגעשלאסן פון היימישן אידנטום, און ער וואלט געהייסן א מטהר טמאים ואת השרץ. אבער דער רמב"ם האט דאס געשריבן כמה פעמים!

סוף דבר, זעען מיר דא, אז נישט נאר ביי אייגענע שגעונות מיט ניחושים זאגט מען דעם כלל פון אי קפיד קפדינן בהדיה ואי לא לא, נאר אפילו ביי זאכן וואס חז"ל זענען מקפיד דערויף. און נישט נאר ביי סתם זאכן, ווי עין הרע, צו דאס זאגן 'לך לשלום', נאר אפילו ביי גופי תורה וסוגיות הש"ס, א שטייגער ווי אן אשה קטלנית!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:02 am

ג.

פארוואס טאקע איז דער פאקט אז 'כל דקפיד קפדי בהדיה'?!

אבער באמת זענען מיר געגאנגען צו ווייט. לאמיר קודם זוכן צו פארשטיין די יסודות'דיגע ווערטער אין דעם נושא. חז"ל זאגן אונז אז אויב ער איז מקפיד דערויף, 'קפדי בהדיה'. פארוואס איז טאקע אזוי? וואס האט דאס מיט זיין מקפיד זיין דערויף? דער פשוט'ער - ובלשונינו: היימישער געדאנקנסגאנג - ענטפער איז, אז דורכדעם איז ער מושך אויף זיך 'דינים', און די שדים קענען האבן א שליטה אויף אים וויבאלד ער איז זיך כביכול 'מתייחס' צו זיי. דאס איז אזא פאלקסישער קבלה'דיגע סארט צוגאנג צום נושא. אזוי איז אויך משמע פונעם לשון הרשב"ם אין זיין פירוש אויפן גמ' פסחים.

קומט אבער דער מאירי מיט אן אויפרייס, לאמיר צוטירן זיין לשון דארט אין גמ' פסחים (דף ק"ט ע"ב):

בכמה מקומות ביארנו, שבאותם הזמנים היו העם נמשכים אחר דברים המוניים כלחשים ונחשים ופעולות המוניות. וכל שלא היה בהם סרך עבודה זרה ודרכי האמורי, לא חששו בהם חכמים לעקרם, וכל שכן במה שהיה הרגילות אצלם בו כל כך - שהיה טבעם מקבל בענין חזוק או חולשה, וכמו שהעידו בסוגיא זו: דקפיד קפדינן ליה דלא קפיד לא קפדינן ליה.

וממין דברים אלו הוא, שהיו רגילים להזהר מן הזוגות. וכשתקנו חכמים ארבע כוסות, שלא לגרוע או להוסיף מצד אותם ההבלים, הוצרכו לרוב רגילותם לתת טעם לדבריהם, והוא שאמרו: ליל שמורים הוא, לילה המשומר ובא מן המזיקין.

וכבר נמנעו מטעם זה מלומר בה ברכה מעין שבע, אם חל בשבת. שהרי לא נתקנה אלא מפחד המתאחרים לבא, כגון עם שבשדות. וכן אמרו, שכוס של ברכה אחר שאינו מענין הסדר מצטרף לטובה, ר"ל לבטל תורת זוגות מן השנים שעברו, ואינו מצטרף לרעה, להחזיר בדין זוגות בצירוף כוס של הלל הבא אחריו, עכ"ל.

אין אידישער איבערזעצונג:

אין אפאר פלעצער האבן מיר שוין ערקלערט, אז אין יענע צייט [ימי חז"ל] פלעגט דער פאלק נמשך ווערן נאך 'פאלקסישע' זאכן, ווי לחשים ניחושים וכדומה. און ווילאנג ס'האט נישט געהאט קיין שייכות מיט ע"ז אדער דרכי אמורי, האבן די חכמים זיך נישט באמיהט דאס עוקר צו זיין, און אודאי אויב ס'איז שוין געווען אזא אנגענומענע זאך אזש זייער טבע פלעגט טאקע ווערן שטארקער אדער שוואכער דורך די ענינים [-כלומר, אז זיי זענען נשפע געווארן דורך זייערע זעלבסט-איינרעדענישן, פון גרויס אבערגלויבן אינעם נושא].

איינע פון די זאכן איז געווען, זייער פחד פון 'זוגות'. און וויבאלד חז"ל האבן קובע געווען צו טרינקען ד' כוסות, האבן זיי מורא געהאט אז די המון עם וועט צולייגן אדער אראפנעמען פון די סכום כוסות, וויבאלד פיר איז 'זוגות', דערפאר האבן חז"ל געמוזט באשאפן א טעם דערצו אז ליל שמורים איז משומר פון מזיקים [-אין וואס חז"ל זעלבסט האבן נישט געגלייבט, לדעת המאירי]. און דורכדעם האבן זיי אפגעשאפן אנדערע זאכן אום ליל פסח, וואס מ'האט מתקן געווען בדרך כלל צוליב די פאלקס פחד פון מזיקים, אבער ליל פסח ווען חז"ל האבן ערפינדן אזא טערמין ווי 'ליל משומר מן המזיקין', איז שוין נישט געווען שייך די אנדערע געווענליכע מנהגים וואס מ'האט זיך געפירט מחמת פחד המזיקים. עכתו"ד המאירי.


די ווערטער פונעם מאירי שאקלן אויף דעם גאנצן געביידע וואס רופט זיך 'שדים-מזיקים-קפידות-ניחושים-עין הרע-כשפים-לחשים' והמסתעף. און לפי דבריו, קומט אויס סאך פשוט'ער די כוונה פון די אויבנדערמאנטע ווערטער פונעם תשובת הרמב"ם, וואו ער מאכט אוועק דעם פראבלעם פון 'קטלנית' אלס מינדערוויכטיגע פראבלעם. און מער פון דעם, באנוצט ער זיך מיטן מטבע לשון 'קטלנית אין בו איסור, אבל הוא מרוחק על צד הניחוש והפחד והתימהון'. אדער נאך שארפער: 'שחוששים לו על דרך הניחוש והכישוף והדמיונות והדימויים'.

לויט די ווערטער פונעם מאירי, קען מען פשוט מסביר זיין אז דאס מיינט אויך דער רמב"ם טענה'נדיג אז די גאנצע מעשה איז מעין די חששות פון מזיקין וניחושים וכשפים, דהיינו אז די גאנצע זאך איז נישט וואליד ווען מ'רעדט אין מציאות הדברים [ער זאגט אויך אז פארט האט עס א השפעה אויף געוויסע גופים. יתכן אז ער מיינט ווייטער כדברי המאירי הנ"ל 'שהיה טבעם מקבל בענין חזוק או חולשה'], נאר דער רמב"ם האט דאס נישט געשריבן אזוי קלאר אויף א הלכה מפורשת.

מיט דעם וועלן די ווערטער פון תשובת חת"ס, פשוט משלים זיין די בילד כמין חומר, וואס ער זאגט אז דער רמב"ם שרייבט אויף דעם אז ס'גייט אריין אין כלל פון 'מאן דקפיד קפדינן בהדיה'. און לכאורה האט דאס דער רמב"ם קיינמאל נישט געזאגט בפירוש. אבער לויט אונזער מהלך, אז ער נעמט אן דעת המאירי, קומט אויס אז ס'איז פשוט איינס מיט איינס. וויבאלד די גאנצע 'קפיד' ביזנעס איז באזירט אויף די איינרעדענישן פון די המון עם זעלבסט, און דאס מיינט דער רמב"ם שרייבנדיג ברמז אז די חשש איז 'על דרך הניחוש והכישוף והדמיונות'. ודו"ק.


דאס איז אלעס געזאגט געווארן לתפארת המליצה בלבד, מ'שטיינס געזאגט. פאקטיש, איז דער רמב"ם איינער פון די גרעסטע - אויב נישט דער סאמער גרעסטער - פאן טרעגער פונעם שיטה, אז שדים רוחות כשפים ולחשים, זענען בעצם סייענס פיקשין. הוידל בוידל. ובלשונינו, שטותים און לאקשן. דער רמב"ם דערמאנט דאס אסאך מאל, סיי אין פירוש המשניות, סיי אין יד החזקה, און סיי אין מורה נבוכים.

לאמיך נאר פארצייכענען אפאר מראי מקומות פאר אן אנהייב [נישט אלע מ"מ רעדן פון כשפים וכדומה. אסאך רעדן פון וויסנשאפט דורך חז"ל, וואס איז אן אפצווייג פון דעם נושא, וד"ל]: עי' פיהמ"ש סנהדרין פ"ז מ"ז, הל' עכו"ם סוף פי"א, מו"נ ח"ג פי"ד, מו"נ ח"ב פ"ח, הל' קידוש החודש פי"ז הכ"ד, ועוד. אזוי האט געהאלטן אויך רבינו אברהם בן הרמב"ם, און נאך אסאך ראשונים און אחרונים, ואכהמ"ל. מיט די צייט, און אויבערהויפט מיטן פארשפרייטונג פון תורת הקבלה, איז די שיטה געווארן די נחלת המועט אלס מער און מער, אזש היינט צוטאגס וועט קיין איין 'היימישע' גדול נישט שרייבן עמטליך אזעלכע ווערטער.


אויב דער עולם וועט בעטן צייגן אינטערעסע און בעטן ווייטערדיגע מאמרים, איז דא א מעגליכקייט פאר ווייטערדיגע אפהאנדלונגען ספעציפיש אין דעם נושא פון שדים ורוחות וכשפים, והמסתעף מזה = ידיעת חז"ל במדע, חכמת התכונה, וחכמת הרפואה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 9:21 am

הערליך שיין.

בימי חז"ל ספעציעל אין בבל האט יעדער געגלייבט אין טבע סגילי, ד.ה. האלב רוחניות'דיגע טבעיות וואס נעמט זיך פון האלב רוחניות'דיגע באשעפענישן וואס זענען שדים אדער מזלות. (דאס וואס מען רופט היינט מיסטיש אדער מאגיק. בכלל איז אמאל די הבחנה צווישן רוחני און גשמי דעמאלס נישט געווען אזוי שארף ווי היינט). איך זעה נישט קיין סיבה צו זאגן אז די חכמים זאלן נישט האבן געגלייבט דערין, עס איז נישט געווען אנגענומען ווי אן אמונה, נאר ווי אנגענומענע פאקטן, אזוי ווי שפעטער די אלע באבסקע רפואות און געזונטהייט שטאטוטן וו.צ.ב. אז אייער איז נישט געזונט א.ד.ג., און אפילו היינט מיט וואקלדיגע געזונטהייט פאקטן. עס איז בערך אזוי ווי א א רב ביים שבת הגדול דרשה זאגט פאר זיינע בעסערע מענטשן אין שיל אז לכבוד פסח זאל מען נישט קארגן מיט קיין שמאלץ און וויין וכל מאן דלא קפיד לא קפדי בהדי. אדער ער זאגט עס אויף טשולענט אום שבת.

נאכאמאל, לויט די ראציאנאלע ראשונים, איז טבע סגילי בימי חז"ל נישט געווען קיין "אמונה" אזוי ווי מען רופט עס היינט אן, נאר אלס פשוט'ער חוקי הטבע. און אזוי ווי מען קען זיך קריגן אויף אנדערע (ראציאנאלע) וויסנשאפטליכע הנחות וואס איז געווען מפורסם בימיהם, דאס זעלבע קען מען זיך קריגן מיט די סגילישע וויסנשאפט פון חז"ל.

דער שיטא איז אבער נאר געווען אנגענומען ביי די "מיימאניסטן" די אנהענגער פון דעם ראציאנאלן מהלך פונעם רמב"ם. רוב ראשונים ובמיוחד ראשוני אשכנז האבן הייליג איינגעהאלטן חז"ל'ס סגילישע קפידות און צוגעלייגט נאך און נאך מהנהוג אצל שכיניהם הגוים, וואס רובם פון די נייע קפידות ווערן אראפ געברענגט אין ספר חסידים, דער "אגדתא של חסידי אשכנז". קוים וואס די אשכנזים האבן אפילו געוואוסט וואס דער רמב"ם און זיינע אנהענגער זאגן איבער די ענינים (מיט באק ציינער רעדט דער רמב"ם בעיקר אין זיין פירוש המשנה ומור"נ וועלעכע זענען נישט געווען פארשפרייט בארצות אשכנז). און די וואס האבן יא געוואוסט דערפון, אזוי ווי די בעסערע פראוואנסיאנאלע רבנים זענען ע"פ רוב ארויס קעגן די ראציאנאלע שטעלונגען פונעם רמב"ם.

ווען דער מרכז התורה של בני אשכנז האט מיט פינף הונדערט יאר צוריק געלאנדעט בארצות פולניה איז צוגעקומען נאך א שטויס מיט אמונות טפילות גענומען פון די ארומיגע שכינים. דאס איז נאך פארגעקומען איידער דער זהר איז געווארן פאפולער דארטן. אבער כמובן אז בימי הרמ"ק והאר"י האבן זיך די סגילות זהר'יסטישע סגילות פארמערט בנוסף צו דאס פונעם אר"י וואס איז אבער נישט געווען פונעם פאלקיסטישן כאראקטער. אויך די גולי ספרד בארצות ים התיכון, און מיטל מזרח אידן, און אייגנטליך ווער נישט, האבן במשך די יארן געזאמלט הויפענעס אמונות טפילות.

פארט זעט מען אז אן א שיעור חז"ל'ישע סגילות זענען מיט די יארן בטל געווארן בעת די נייע סגילות האבן איבערגענומען זייער מקום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:01 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך רימון » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 9:41 am

בנוגע דעם חתם סופר, פארציילט מען, אז דער חת''ס האט געזאגט פאר'ן מהר''ם שיק אז ער וויל אים נעמען פאר אן איידעם. האט דער מהר''ם שיק זיך אנגערופן: דער רבי הייסט דאך משה! האט אים דער חת''ס שוין נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט מקפיד געווען, און דער מהר''ם שיק האט זיין גאנץ לעבן חרטה געהאט, זאגנדיג, אז דער רבי דער חת''ס האט אויך געוואוסט וויאזוי ער הייסט.
אלנפאלס, ס'איז צייט צו טוישן דעם נאמען פון דעם קאווע שטיבל צו שש'ס שטיבל.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 9:56 am

הייסט עס אז איך קען אוועקווארפן די אלע געבענטשטע קוואדערס וואס כהאב באקומען חנוכה פון דעם רעבאָ? אדער ניצן פאר די פארקינג מיטערס? ווען איך ווייס וועין?

איך האב אין מיין באזיץ א קאפּל געמאכט פון די סחורה פון די אמרי חיימ׳ס זצ״ל שטיעל ס׳קוקט אויס זייער שרעקעדיג ווי אויך האב איך די גארטל פונעם ריבניצער זצ״ל וואס ער איז געגאנגען מיט דעם ווען ער האט זיך משתטח געווהען אויפן ציון פונעם דברי יואל, (איך בין געגאנגען מיט די קאפל און גארטל ביי מיין חופה זעהט אויס אז סהאט נישט צו גיט געארבעט אויף מיר) איינער האט מיר מיט יארן צוריק געאָפפערט צוויי טויזענט דאללער פאר די גארטל ווען איך ווייס ווען דעמאלסט... היינט איז לכאורה ווערט מעהר. אפשר איז עס צייט צו פארקויפן?
הרה״ק מפאפא זצ״ל האט דערציילט אז ער האט משתוקק געוועהן צו וויילן ביים אהבת ישראל אויף א שב״ק אבער היות ער איז דאן געוועהן דיין אין סאטמאר האט ער מורא געהאט צופארן.

אמאל איז ער דורכגעפארן דורך גרויסווארדיין האט ער בכוונה געשפעטיגט די צוג כדאי צוזיין במחיצותו אויף א שבת.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3179 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:34 am

שיטת רמב"ם (באיגרת) על טבע סגילי המוזכר בתורה ובחז"ל:

ואני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך. אל יקשה זה בעיניכם - אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר. או שיש באותם הדברים רמז או אמרם לפי שעה ומעשה שהיו לפניו. הלא תדעו שהרי כמה פסוקים מן התורה הקדושה אינם כפשטם, ולפי שנודע בראיות של דעת שאי אפשר שיהיה הדבר כפשוטו, תרגמו המתרגם תרגום שהדעת סובלת. ולעולם אל ישליך דעתו אחריו, שהעינים לפנים הן ולא לאחור.

שיטת הרמב"ן:


ורבים יתחסדו בנחשים לומר שאין בהם אמת כלל, כי מי יגיד לעורב ולעגור מה יהיה. ואנחנו לא נוכל להכחיש דברים יתפרסמו לעיני רואים. ורבותינו גם כן יודו בהם, כמו שאמרו בואלה שמות רבה כי "עוף השמים יוליך את הקול" (קהלת י:כ), זה העורב וחכמת הטיארין.

וכבר הודענו (ויקרא יח:כה) כי יש למזלות שרים ינהיגו אותם והם נפשות לכדורי הגלגלים, ושרי זנב וטלה הקרובים לארץ, והם הנקראים נגידי התלי יודיעו העתידות, ומהם נעשים סימנים בעופות שבהם יודיעו עתידות. ולא לזמן גדול ולא עתידות רחוקות יגידו רק בעתידות הקרובות לבא יודיעו, מהם בקול העוף בקראו בקול מר על מת, ומהם בפרישות כנפיו, והוא שאמר "יוליך את הקול", למגידים בקולם, ו"בעל כנפים", לרומזים בכנפיהם.

וכל זה איננו תועבה בעמים אבל חכמה תחשב להם, וכך אמרו (במדבר רבה יט:ג) ותרב חכמת שלמה מחכמת כל בני קדם (מלכים א ה:י), מה הייתה חכמתם של בני קדם שהיו יודעים וערומים בטייר, וכן יאמר הכתוב (ישעיה ב:ו) כי מלאו מקדם ועוננים כפלשתים. והנה שלמה למד זה בכלל חכמותיו. והידיעה היא הבנת הצפצוף, והערמה לסבור עניין בפרישות הכנפיים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:47 am

moshav zekeinim האט געשריבן:הערליך שיין.

בימי חז"ל ספעציעל אין בבל האט יעדער געגלייבט אין טבע סגילי, ד.ה. האלב רוחניות'דיגע טבעיות וואס נעמט זיך פון האלב רוחניות'דיגע באשעפענישן וואס זענען שדים. (דאס וואס מען רופט היינט מיסטיש. בכלל איז אמאל די הבחנה צווישן רוחני און גשמי דעמאלס נישט געווען אזוי שארף ווי היינט). איך זעה נישט קיין סיבה צו זאגן אז די חכמים זאלן דאס נישט האבן געגלייבט דערין, עס איז נישט געווען אנגענומען ווי אן אמונה, נאר ווי אנגענומענע פאקטן, אזוי ווי שפעטער די אלע באבסקע רפואות און געזונטהייט שטאטוטן וו.צ.ב. אז אייער איז נישט געזונט א.ד.ג., און אפילו היינט מיט וואקלדיגע געזונטהייט פאקטן. עס איז בערך אזוי ווי א א רב ביים שבת הגדול דרשה זאגט פאר זיינע בעסערע מענטשן אין שיל אז לכבוד פסח זאל מען נישט קארגן מיט קיין שמאלץ און וויין וכל מאן דלא קפיד לא קפדי בהדי. אדער ער זאגט עס אויף טשולענט אום שבת.

נאכאמאל, לויט די ראציאנאלע ראשונים, איז טבע סגילי בימי חז"ל נישט געווען קיין "אמונה" אזוי ווי מען רופט עס היינט אן, נאר אלס פשוט'ער חוקי הטבע. און אזוי ווי מען קען זיך קריגן אויף אנדערע (ראציאנאלע) וויסנשאפטליכע הנחות פון סגילות וואס איז געווען מפורסם בימיהם, דאס זעלבע קען מען זיך קריגן מיט די סגילישע וויסנשאפט פון חז"ל.

נפלא ממני להבין פארוואס דו האסט אנגענומען אז אזוי האבן די א.ג. ראציאנאלע ראשונים, דוגמת הרמב"ם, געהאלטן. ווי איך האב שוין פריער אראפגעברענגט שרייבט דער מאירי קלארע דיבורים אז דאס איז געווען דער נחלת ההמונים, וואס חז"ל האבן נישט געקענט עוקר זיין זייערע איינרעדענישן, אבער אודאי האבן די חכמים געוואוסט אז די גאנצע מעשה איז שטותים. דער רמב"ם, אוועקמאכנדיג כוכ"פ שדים ורוחות ודומיהם, שרייבט אויך קלאר אז די חכמי התלמוד האבן דאס נאר געשריבן צוליב'ן המון עם, מיט וועם זיי האבן זיך געדארפט רעכענען און זיך מתייחס זיין צו זייער אבערגלויבן, אבער חז"ל זעלבסט - לדעת הרמב"ם - האבן יא געוואוסט דעם אמת.

ווייטער דאס וואס דו טענה'סט בלשון מליצי, אז עס וואלט געווען בערך ווי א היינטיגע רב זאל דרש'ענען שבת הגדול אז אויף פסח דארף מען נישט קארגן אויף שמאלץ און וויין ווייל 'מאן דלא קפיד לא קפדי בהדיה'. איז דא א קורטוב של אמת דערינען, ווייל כעי"ז האט טאקע דער מאירי מפרש געווען די כוונה פונעם 'מאן דלא קפיד לא קפדי בהדיה', וואס חז"ל האבן געזאגט כלפי זוגות ודומיו. אבער ס'איז זיכער אומריכטיג ווען דו מאכסט א דמיון פון דעם צו די אלע אגדות וואס חז"ל האבן געזאגט בשעתם [דוגמת די שמאלץ אינעם שבת הגדול דרשה כהיום], היות פארשידענע הלכות פסוקות זענען געזאגט געווארן אדאנק די אמונה [של ההמון עם] אין מיסטישע ענינים. עד כדי כך, אז מ'מעג ארויסגיין מיט א קמיע שבת אין רשות הרבים! וכהנה יש רבות. און על כרחך האבן זיי נישט געהאלטן אז ס'איז סתם אזא 'דרוש וקבל שכר' פון עפעס וואס איז געווען אנגענומען בשעתם אלס פאקט, נאר זיי האבן געמאכט מסקנות הלכתיות לויט דעם. [א שארפע דוגמא דערצו איז די הלכה פסוקה אז מ'מעג הרג'ענען כינים אום שבת וויבאלד דאס ווערט נישט נולד פון קיין טאטע/מאמע. א זאך וואס איז אוממעגליך סייענטיפיש, ואכמ"ל כרגע].


-----
אגב, די ווארט 'סגילי' איז אויסגעלייגט אומריכטיג. צ"ל 'סגולי'. וכמו"כ כתבת 'שיטא' כאשר צ"ל 'שיטה'.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:08 am

כהאב נישט געלעזט די גאנצע און קען זיין דו האסט דאס דערמאנט, אבער די כל מאן דקפיד קפדי בהדי׳ ווייזט אז סאיז יא א ריכטיגע זאך אזש אז סשאט פאר די וואס זענען מקפיד, ועוד פארשטיי איך נישט וואו אזוי מקען לערנען די גמרות אין ערבי פסחים מיט די הנחה אז זוגות איז שטותים, וצ״ע.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:10 am

moshav zekeinim האט געשריבן:שיטת רמב"ם (באיגרת) על טבע סגילי המוזכר בתורה ובחז"ל:

ואני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך. אל יקשה זה בעיניכם - אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר. או שיש באותם הדברים רמז או אמרם לפי שעה ומעשה שהיו לפניו. הלא תדעו שהרי כמה פסוקים מן התורה הקדושה אינם כפשטם, ולפי שנודע בראיות של דעת שאי אפשר שיהיה הדבר כפשוטו, תרגמו המתרגם תרגום שהדעת סובלת. ולעולם אל ישליך דעתו אחריו, שהעינים לפנים הן ולא לאחור.

שיטת הרמב"ן:


ורבים יתחסדו בנחשים לומר שאין בהם אמת כלל, כי מי יגיד לעורב ולעגור מה יהיה. ואנחנו לא נוכל להכחיש דברים יתפרסמו לעיני רואים. ורבותינו גם כן יודו בהם, כמו שאמרו בואלה שמות רבה כי "עוף השמים יוליך את הקול" (קהלת י:כ), זה העורב וחכמת הטיארין.

אקדים ואומר, ראוי שתיתן מראה מקום במדויק לדברי הראשונים שאתה מצטט, למען יוכלו לחפש בדבריהם.

דעם רמב"ם האב איך געטראפן אמאל אין הוצאת שילת, אגרות כרך ב' מער צום סוף.
בשעתו האט מיר אממערסטנס געכאפט די אויג, זעענדיג ווי ער נעמט אן מיט א פשטות אז מ'קען זאגן אויף ווערטער פון א תנא ואמורא 'שנתעלם ממנו דבר'. שוין א דבר חידוש אין אונזער קולטור, אז חז"ל האבן געקענט מאכן א טעות.

נאך א הפלא'דיגע צוגאנג איז דאס וואס ער זאגט 'אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות', דאס איז אויסדריקליך היפוך דברי כמה גדולים וואס האבן גענומען א קו אז די ראיות זענען נישט בכח מהפך צו זיין הקערה על פיה, און בביאת משיח וועט מען זיך איבערצייגן אין אמיתת דברי חז"ל [אזוי טענה'ט דער מהר"ל אפילו אויף א גמרא מפורשת אז חכמי ישראל הודו לחכמי אוה"ע אז דער וועלט דרייט זיך ארום דער זון. לשיטתו האבן זיי נאר מודה געווען לפנים ווילאנג משיח איז נאכנישט דא און מ'קען זיי נישט אפפרעגן, אבער דער אמת איז כשיטה המקורית של חז"ל].

והיוצא מזה, אז למשל כינים וואלט ער מעגליך גע'אסר'ט צו הרג'ענען שבת, וכדברי הפחד יצחק למפרונטי [כאטש דארט זענען דא פארשידענע מהלכים ליישב. ולע"ע לא אאריך בזה, אלא א"כ תורה יבקשו מפי]. וכהנה רבות.

באמת האט רבי שמואל בר חפני גאון, ראש ישיבת סורא, און שווער פונעם 'לעצטן גאון' רב האי גאון, שוין אויך אנגענומען דעם קו, און סאך מער ראדיקאל, ווי למשל ביים מעשה מיטן בעלת אוב ביי שאול המלך, ברענגט דער רד"ק בשמו זיין שיטה דערוועגן (שמואל-אכט, כה): "אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחייתה האישה את שמואל, לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל". ער גייט אזוי ווייט, ווי צו זאגן אז היות זיין שכל האלט נישט אזוי [כאטש ס'איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן] דארף מען שוין נישט אננעמען דברי חז"ל!

אזוי אויך מאכט ער אוועק בחדא מחתא אלע גמרות וואו תנאים ואמוראים האבן באוויזן מופתים, אדער ס'איז אפילו געשען א נס צו זיי, און ווי עס ווערט געברענגט דער הגדת עדות פון זיין אייגענער איידעם - רב האי גאון, אין תשובת הגאונים [ליק] צ"ט: מר רב שמואל גאון וכיוצא בו, שהרבו לקרות בספרי נכרים, אומרים אין המראות הללו נראות אלא לנביאים, ולא ייעשה נס אלא לנביא, ומכחישין בכל מעשה שנאמר כי נעשה בו נס לצדיקים.

הכלל, פון א קורצע תגובה'לע, איז געווארן א שיינע שמועס איבער גדולי הדורות וואס האבן אנגענומען אן אנדערע קו ווי דאס וואס מיר קוקן היינט אן ווי דברים יסודיים ביהדות.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:13 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך petergrifin אום דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 12:56 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:13 am

מיר געפעלט יא די טעאריע וואס רב שש ריפט אן 'פאלקסיש',
מען זעהט כסדר אז די פחדים פון מזיקים איז נאר געווען אין געוויסע מקומות אין געוויסע זמנים, איז מסתבר אז מען האט געהאלטן אז נאר ווער עס טראכט פון זיי איז זיך מדבק אין זיי און דערפאר קענען זיי מזיק זיין,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:18 am

די רמב''ם איז ספעציפיש אינטערעסאנט ווייל ער ערלויבט זיך צו נעמען זיין שיטה אפי' אין הלכה, כמה הלכות שבחז''ל וואס זענען געבויעט אויף די סופערסטישעס גלויבינגון ברענגט נישט די רמב''ם להלכה,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:23 am

גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיר געפעלט יא די טעאריע וואס רב שש ריפט אן 'פאלקסיש',
מען זעהט כסדר אז די פחדים פון מזיקים איז נאר געווען אין געוויסע מקומות אין געוויסע זמנים, איז מסתבר אז מען האט געהאלטן אז נאר ווער עס טראכט פון זיי איז זיך מדבק אין זיי און דערפאר קענען זיי מזיק זיין,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

דאס איז טאקע זיכער, אז די פאלקסישע צוגאנג איז די מער מסתבר'דיגע צוגאנג.

כ'האב פארגעסן צוצוצייכענען א גמ' ירושלמי שבת פ"ו ה"ט, וואו עס שטייט בזה"ל: 'כל המנחש סופו לבוא עליו, ומה טעמא (במדבר כב): כי לא נחש ביעקב, כי לו נחש', ע"כ. זעט מען יא עפעס אזא מקור מוסמך אז ס'קלעבט זיך אן אין אים.

אינטרעסאנט טאקע, אז אויף די גמ' [בבלי] פסחים הנ"ל, וואו עס שטייט 'כל דקפיד קפדי בהדיה', צייכנט דארט צו דער יפה עינים צום אויבנדערמאנטן ירושלמי. כלומר, אז די צוויי גמ' מיינען די זעלבע.



גראדעמעכעלע האט געשריבן:די רמב''ם איז ספעציפיש אינטערעסאנט ווייל ער ערלויבט זיך צו נעמען זיין שיטה אפי' אין הלכה, כמה הלכות שבחז''ל וואס זענען געבויעט אויף די סופערסטישעס גלויבינגון ברענגט נישט די רמב''ם להלכה,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

כ'האב אקארשט געברענגט דעם הלכה פון ארויסגיין מיט א קמיע אין שבת, וואס איז געבויט אויף אבערגלויבן, און דער רמב"ם ברענגט עס פארט אראפ [פארשטייט זיך מאכנדיג א קוגל וויאזוי די הלכה קען זיין וואליד כאטש די פאקט איז אז א קמיע איז באמת גארנישט ווערט].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:40 am

קודם כל, איך גלייך צו דעם שבת הגדול דרשה צו ענינים אויף וואס חז"ל זאגן לא קפדי בהדי להלכה.

די הלכות פסוקות זענען דאך אויך צוליב געזונטהייט סיבות. וואלט דעמאלס געווען אנגענומען די היינטיגע געזונטהייט שטאטוטן וואלט די הלכות פסוקות געווען לויט די היינטיגע חכמי הרופאים.

כלפי דעם רמב"ם בליק איבער חז"ל'ס אויבערגלויבן: אה"נ דער רמב"ם פראבירט אראפ צו נעמען דעם "פלעק" פון חז"ל אויף פארשידענע וועגן, אבער עס איז קלאר משמע פון אים אז דאס איז זיין שיטה פאר יעדן פרייז אפילו ווען חז"ל זאלן ללא ספק יא גלויבן דערין (און שש, לאמיר זיך נישט נארן, האבן זיי דען נישט געגלייבט דערין?)
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך מבקר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:53 am

moshav zekeinim האט געשריבן:שיטת רמב"ם (באיגרת) על טבע סגילי המוזכר בתורה ובחז"ל:

ואני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך. אל יקשה זה בעיניכם - אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר. או שיש באותם הדברים רמז או אמרם לפי שעה ומעשה שהיו לפניו. הלא תדעו שהרי כמה פסוקים מן התורה הקדושה אינם כפשטם, ולפי שנודע בראיות של דעת שאי אפשר שיהיה הדבר כפשוטו, תרגמו המתרגם תרגום שהדעת סובלת. ולעולם אל ישליך דעתו אחריו, שהעינים לפנים הן ולא לאחור.


111111112-page-001.jpg

2222222221-page-001.jpg

אינטערעסאנט צו באמערקן, וויאזוי דער רמב"ם האנדלט א מצב וואס די ערשטע און דריטע גייען נישט ביינזאם.
באניצער אוואטאר
מבקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 12:20 pm

אין מורה איז זייער קלאר וואס ער טוט אין אזא פאל,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 12:42 pm

שבת אחים האט געשריבן:הייסט עס אז איך קען אוועקווארפן די אלע געבענטשטע קוואדערס וואס כהאב באקומען חנוכה פון דעם רעבאָ? אדער ניצן פאר די פארקינג מיטערס? ווען איך ווייס וועין?

איך האב אין מיין באזיץ א קאפּל געמאכט פון די סחורה פון די אמרי חיימ׳ס זצ״ל שטיעל ס׳קוקט אויס זייער שרעקעדיג ווי אויך האב איך די גארטל פונעם ריבניצער זצ״ל וואס ער איז געגאנגען מיט דעם ווען ער האט זיך משתטח געווהען אויפן ציון פונעם דברי יואל, (איך בין געגאנגען מיט די קאפל און גארטל ביי מיין חופה זעהט אויס אז סהאט נישט צו גיט געארבעט אויף מיר) איינער האט מיר מיט יארן צוריק געאָפפערט צוויי טויזענט דאללער פאר די גארטל ווען איך ווייס ווען דעמאלסט... היינט איז לכאורה ווערט מעהר. אפשר איז עס צייט צו פארקויפן?

שבת אחים: איין זאך איז זיכער. ווען דו האסט ווען די געבענטשטע קוואדער פען דע רעבא שליט"א און דו ווארפסט עס אריין אין מיטער, וואלסטו נישט באקומען קיין טיקעט. דאס גלעיבט אפילו אן אפיקורס אויכעט. ווייל ער זעהט דעם מופת בחוש... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:14 pm

ירא שמים האט געשריבן:כהאב נישט געלעזט די גאנצע און קען זיין דו האסט דאס דערמאנט, אבער די כל מאן דקפיד קפדי בהדי׳ ווייזט אז סאיז יא א ריכטיגע זאך אזש אז סשאט פאר די וואס זענען מקפיד, ועוד פארשטיי איך נישט וואו אזוי מקען לערנען די גמרות אין ערבי פסחים מיט די הנחה אז זוגות איז שטותים, וצ״ע.

מאן דקפיד איז א בחינה פון וד"ל, היינו, אז דו ביסט מקפיד ביסטו דיך אליין שולדיג פאר'ן לעבן אין פחד. ועוד, איך גלייב נישט אז איינער וויל לייקענען אז טייל תנאים ואמוראים זענען בכלל נישט געווען קיין ראציאנאליסטן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8655 מאל

הודעהדורך מבקר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:14 pm

שש משזר האט געשריבן:רבינו יהודה החסיד ברענגט אראפ אין ספר חסידים, סי' תנ"ט, וז"ל: כל הניחושים כנגד המקפידים, וכתיב (יחזקאל ז, כה)"קְפָדָה בָא וּבִקְשׁוּ שָׁלוֹם וָאָיִן", מכאן כל דקפיד קפדו בהדיה, ומתוך שאין אדם יכול להזהר בהקפדות נכשל, עכ"ל. הייסט עס, אז ער איז כולל אין זיך אלע סארט 'קפעידעס' וואס מענטשן האבן, וואס דאס אליינס איז גורם אז 'קפדי בהדיה', אבער ווען נישט - נישט.

איך מיין אז ר' יהודה החסיד האט ענדערש געהאלטן אז די אלע זאכן זענען אמת, נאר די וואס זענען נישט מקפיד אויף דעם ווערן זיי ניצל פון דעם. באופן סגולי.
באניצער אוואטאר
מבקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:44 pm

שש, האסט זייער שיין צונומען און אראפגעלייגט די נושא. יישר כח.
די קפיד קפדי געדאנק קען האבן צוטון מיט די נושא פון law of attraction. @הוגה האט געשריבן אן אשכול דערוועגן דא.
ווען א מענטש טראכט נעגעטיוו, וועט ער דאס טאקע באקומען. און די זעלבע אויף פארקערט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2027
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:05 pm

שכוח שש משזר פאר דיין גאר רייכע ליקוט, און קלארע פעדער,

ס'איז אבער שווער דן צו זיין פרטיותדיג איבער די נושא, זעהסט דאך אז דער אגרות משה האט געשריבן אעפ"י שיש לחוש..., אויב נעמט מען אן די אלע רשונים מיט א פשטות, מיינט דאס אז יעדע זאך וואס האט נישט קיין סייענטיפישע בעקינג איז ארויס פון די פענסטער, איז די גאנצע 'מזל' ביזנעס אפגעפרעגט ?

איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן אז ס'איז נישטא קיין מקור אז עין הרע באלאנגט צו די קפיד קפדי קאטעגאריע,
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 887
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:14 pm

ברסלבר, דאס איז וואס מיר ווייסן היינט אזוי ווי פלאסבא עפעקט, אבער די שאלה איז צו דער ממרא מאן דלא קפיד (פון וועם עס זאל נאר שטאמען) האט דאס געמיינט, אדער ענדליכס (אזויווי ראובן זאגט ודי למבין) אדער האט עס געמיינט דאס וואס מבקר פארשטייט פונעם לא קפדי פונעם ספר חסידים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:18 pm

יעקב מענטש, פון דער מאירי וואס שש האט געברענגט איז משמע אז עס גייט ארויף אויף אלע אומראציאנאלע רפואות.

און בנוגע דאס מזל מזל, לאמיר זיך נישט נארן, דאס איז דזשאסט עי קאסטאם וואס באשיינט שמחות און פילט אן אונזער לעבן מיט עפעס. קולטור איז נישט אוועק צו מאכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:30 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:24 pm

די שאלה איז אבער צו דער מאירי האט אזוי פארשטאנען פון די גמרא, אדער האט ער סתם אזוי געזיכט א תירץ אוועק צו מאכן א זאך אין וואס ער האט סייווי נישט געגלייבט. ליבי אומר לי אז די לעצטע איז אמת.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט