איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'האלט אין איין טענה'ן אויף מיר אז איך האב אן אגענדע אקעגן חסידים און די זעלבע טענות גילטן אין די ליטווישע וועלט ווי ביי די חסיד'ישע וועלט, און איך האב סתם א נגיעה פאר זיך, נישט ווייניגער ווי יעדער חסיד פאר זיין קרייז. דעריבער וויל איך דא אויסשמועסן וואס לענ"ד איז דער עיקר נפקא מינה צווישען די צוויי קרייזן, און דערמיט ארויסברענגען מיין בליק אויף די פראבלעמען ביי ביידע, און פארשטייט זיך פארוואס איך האלט אז טראץ די אלע פראבלעמען שטייט די ליטווישע קרייז נאך אלס העכער. איך וואלט זייער געוואלט אז מ'זאל עס ארומשמועסן, אבער ביטע זיך האלטן אביעקטיוו און שכל'דיג, נישט קינדעריש און דעמאגאגיש. זיך האלטן צו די נושאים, נישט צו די מענטשן.

דער יסוד וואס איך וויל ארויסברענגען איז, הן אמת אז די געזעלשאפט סרח'ט אין ביידער פלעצער, ביידע זענען ווייט אוועק פון זייער יסודות און אפשטאם, און וואלגערן זיך מיט מינדערוויכטיג'ס און נארישקייטן, מ'איז מקריב דעם יחיד פאר'ן כלל, אבער די כלל איז אויך נישט די כלל נאר דער יחיד וואס זיצט אויפ'ן כלל, מ'לייגט די עיקר ארבעט און כח הרבים אין נארישקייטן און דער עיקר איז פארלאזט, מ'איז מחנך אפיציעל צו איין זאך, אבער למעשה טוט מען פארקערט, מ'שטעלט אויפ'ן מזרח וואנט מענטשן וואס זייער איינציגסטע רעכט דארט צו שטיין איז ווייל זיי זענען דארט און זיי ווילן זיין דארט, און נאך זאכן וואס איך האב נישט צום האנט אויסצושרייבן.

אבער איין זאך האלט איך איז נאך אלץ א מעלה פון די ליטווישע וועלט.

א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אין די חסיד'ישע געזעלשאפט וואס זעט איין דעם אמת, וואס וויל זיך לעבן אמת'דיג און אויסגעהאלטן, האט נאר איין ברירה. ער מוז ווערן א געפערליכע אויבער חכם, ער מוז שפעטן אין אלעס ארום איהם, פון טשער"י לייט"ס און מסע קודש'ס, ביז כריפצען ביי שובבי"ם תורה'ס און עס'ן נאר היימיש'ס. סיי די קינדערישקייטן און סיי די 'עבודות' מוז ער אויסראטן פון זיך און זיך איבערבויען. אליינס וועט ער שטיין און אליינס וועט ער טראכטן. ער וועט קיינמאל נישט קענען רעדן הויך וועגן זיין לעבן, קיינער וועט איהם נישט קלאפן אין פלייצע, און קיין שום אנערקענונג וועט ער נישט האבן פון די סביבה. ער קען ווערן אן אמת'ער תלמיד חכם און אן עובד ה' אן קיין שום בלאף, ארבעטן אויף זיין מדות ווי זיין נאטור פאדערט און ערציען זיינע קינדער צו מענטשליכקייט, ערנסטקייט, פאַראַנטווארטליכקייט און אויסגעהאלטענקייט. אבער דאס איז אלעס אין קעגענזאץ צו זיין סביבה.

כמעט יעדער דא אויף ק"ש וואס האט א פראבלעם מיט די סיסטעם, איז ווייל ס'איז נישט פראקטיש, ס'איז רשעות'דיג, ס'איז שקר, ועוד. אבער אז מ'זאל טענה'ן אז מ'וויל לעבן א גאנץ תורה'דיגע לעבן, נישט קיין אידיש-קולטורישע לעבן, און דער געזעלשאפט איז א סתירה צו דעם, איז נישט געהערט אזויפיל. דעריבער וועט יענער מעגליך שעצן דער שריט פון דער וואס לערנט מיט זיין קינד לימודי חול, פון דער וואס פיהרט זיך אויף מענטשליך אין קעגנזאץ צו זיין סביבה. אבער ווען ער זעט די זעלבע מענטש זיך נעמען פיהרן לחומרא אנדערש ווי די געזעלשאפט ווייל ער פון זיין אייגענע לערנען איז ארויס להלכה אז מ'דארף אזוי טוהן, וועט ער שפעטן אין איהם פאר דעם אויך. 'פארוואס דארף ער זיין פרומער ווי די וועלט?' וכדו', (פלוצלונג ווערט די וועלט יא א מ"ד). ער וועט אויך נישט איינזען די וויכטיגקייט פון א מענטש וואס האט אן אייגענע דעה און לעבט דערמיט.

א חסידיש'ע איד וואס וויל זיך אויפפיהרן גאנצליך אויסגעהאלטן, איז אויף אן אינזל אליינס.

ווידער אין לעיקוואוד ביי די ליטאים איז פארהאנען אויך אסאך שקר אין די לופט. מ'פרעדיגט יארצייטן און אסיפות, גדולים און שנאדעראציע, טראדיציע'ס מיט עמהארצים. פיהר פרצופים האבען גע'ירש'נט א ישיבה און זייער עיקר ציל איז אז קיין אנדערע זאל נישט האבן. מ'שטעלט פרעדיגער'ס אלס 'דעת תורה', ווען קיין תוספות האבן זיי אין לעבן נישט פארשטאנען. פסקי הלכה קומען פון די שוואכסטע קעפ וואס די ביהמ"ד פארמאגט, און די מערסטע פאפולערע ספרים אין הלכה איז נאך אלס ליקוטים פון דער צו יענער אן א ריכטיגע פארשטאנד. די רוב פון די לומדים אין ביהמ"ד ווייסען נישט וויאזוי צו נעמען זייער לערנען ביז להלכה, און הלכה לערנען איז געבליבן פאר די וואס קענען נישט קיין סוגיות, בלייבענדיג מיט צוויי האלבע'ס (אויפן שענסטע אופן, למעשה נישט די האלב און נישט די האלב) אן קיין שלימות. מ'ווארפט ארויס קינדער פון חדר און בחורים פון ישיבות, פאר נארישקייטן און כבוד סיבות. יעדער ליידיגייער וואס וויל עפענען א מוסד ווערט שוין א גאנצער מר בר רב אשי אין חינוך און תורה, און דער פשוט'ער מענטש מוז מיטטאנצן, ווייל אנדערש איז ער אפגעפליקט.

אבער איין זאך איז נאך דא אין לעיקוואוד, און דוכט זיך אין בני ברק אויך.

דער וואס וויל אויפן אמת טוהן צו דער זאך, שטייגען אין לערנען אויף א גלאטער אופן, לערנען סוגיות על בוריים און נאך דעם די פסק הלכה, ער וויל לעבן אן אויסגעהאלטענע לעבן לויט זיין פארשטאנד, און אויסארבעטן זיינע מדות לויט זיין נויט, ער וויל זיך פיהרען איידעל און שיין, און אנפייפן די פיהרער'ס וואס ווילן איהם אויסנוצן פאר זייער ציל, ער וויל אז זיין שטוב זאל זיין אויסגעהאלטן לויט זיין מושגים, נישט לויט יענעמ'ס, און ער וויל נאר לערנען פון אויסגעהאלטענע מענטשן - אזא איינער האט א פלאץ אינ'ם געזעלשאפט. יא, ס'איז דא ווייניג פון די, און ווען איך בין געקומען קיין לעיקוואוד האב איך געמיינט אז אלס איז אינדערערד און קיינער קען אין ערגעץ נישט אנקומען. איך האב געמיינט אז אדער בייגט מען זיך און מ'לעבט מיט די סרחון, אדער ווערט מען א שלעגער. אבער ניין! איך האב געטראפן מענטשן און חבורות וואס מ'זוכט יא דעם אמת. מ'הערט ווייניג פון די מענטשן, קיין פאסטן באקומען זיי געווענליך נישט ווייל די סיסטעם פון פאסטנ'ס איז אין די הענט פון די געזעלשאפט, און כל המרבה בחנופה הרי זה זריז ונשכר. אבער צווישן מענטשן בלייבט דער מענטש א העלד. דער וואס וויל וויסן ווייסט פון איהם צו זאגן, און שמו הולך לפניו אלס אן אויסגעהאלטענער מענטש. מ'פיהרט זיך צו זיי מיט יראת הכבוד, נישט קוקענדיג צו זיין אתרוג איז שענער ווי א צווייטענ'ס, צו ער עסט נאר פון די הכשר אדער ער בייגט זיך פאר די 'חומרא פונ'ם טאג'. אן אויסגעהאלטענער באקומט שטיצע אפילו ווען ער איז אנדערש פון די סביבה.

דאס קען איך זאגן מיט כמה משלים וואס איך האב געזען. ווען אפילו די וואס לויפן קיין נ.י. באקען שווארצע מצות כשיטת הרא"ש האבן א דרך ארץ פאר דער וואס צאלט זיבן דאללאר א פונט פאר מאשין מצות, אבער איז נזהר נישט נעמען א דאללאר פון די רעגירונג וואס ס'קומט איהם נישט. נארמאל איז מען מקפיד נאר צו קויפן מילך פון וואס א איד האט געזען די מעלקן, אבער א תלמיד חכם אן ערליכע וואס פארלאזט זיך אויף דעם וואס מ'ווייסט בוודאי אז קיין חלק טמא איז נישט אריין אינ'ם מעלקן פארלירט נישט זיין ערך אין מענטשנ'ס אויגען פאר'ן פסק'נען אנדערש להלכה, און זיין אויסגעארבעטקייט איז נישט צוגערירט כמלא נימא אין מענטשנ'ס אויגן. יא, די אנפיהרער'ס שפעטן אין די מענטשן, אבער נאר שטילערהייט, ווייל זיי ווייסן אז דער עולם שטייט נאך מיט דרך ארץ פאר זיי.

דעריבער האבען מיר א געלעגענהייט צוריק צו דרייען די זייגער. אוודאי דער רוב וועט אריינזינקען אינ'ם זומפ פון ארציות און נידריגקייט. אבער דער וואס וויל נישט, האט א וועג ארויס. ער קען בלייבען אין ביהמ"ד, לעבען מיט אנדערע, און מאכען שידוכים די קינדער, און נאך אלס זיין אויסגעהאלטן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר